top of page

תנה לנו שבוע טוב: ערשטע וואך אריבער אויף די הונדערטער תלמידים פון כיתה מכינה לישיבה קטנה אין מחנה רב טוב – בחורים קעמפ אין סוואן לעיק

אומהויפערליכע גריסן קומען צוריק פון צופרידענע עלטערן נאכן הערן פון זייערע קינדער א באריכט פונעם ערשטן שבת געפראוועט בתוככי המחנה

סוואן לעיק – מער ווי א גאנצער וואך איז שוין פאראיבער פון ווען די חשוב'ע בחורים די תלמידים פון כיתה מכינה לישיבה קטנה האבן אנגעהויבן דעם זומער תקופה בתוככי המחנה, אבער לויט די גריסן וואס מען הערט צוריק קען זיך דאכטן אז מ'רעדט פון א גאנצן זומער.

אנגעהויבן פון זונטאג אין די פארמיטאג שעות ווען די קעמפ האט אפיציעל געעפנט אירע טויערן, האט זיך אנגעזעהן א שטארקע פארקער פון די טייערע בחורים וועלכע האבן אנגעהויבן איבער צופילן דעם קעמפ מאכנדיג זייער וועג ארויף צו די באנקס.

די קעמפ אין סוואן לעיק באשטייט בלויז פון די חשוב'ע בחורים פון כיתה ט'-מכינה לישיבה קטנה דמוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג און בארא פארק, אונטער די חשוב'ע מנהלים הר"ר יודא בער טעלער שליט"א און הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ואתם עמם די חשוב'ע צוות פון די מרביצי תורה ומשגיחים שליט"א.

 דאס זייענדיג אפגעטיילט אין אן עקסטערן קעמפ, ערמעגליכט עס זיי צו פראווען זייער סדר היום אויף זייער אייגנארטיגן און ערוואקסענעם שטייגער, געבנדיג א געלעגנהייט פאר יעדעם איינעם צו שטייגן גאר הויעך על במתי תורה ויראה, אויסנוצנדיג די גאלדענע געלעגענהייט וואס זיי האבן, זיך געפונענדיג אין אן אפגעזונדערטן ריינעם ווינקל ווייט אוועק פון די רוישיגע שטאט בלויז מיט חשוב'ע מרביצי תורה און חברים. 

די סדר היום איז צוטיילט אויף גאר א מייסטערהאפטיגן אופן עס זאל אריינעמען אין זיך אומצאליגע שעות פון לימוד התורה, אויסגעשטעלט די סדרי הלימודים עס זאל אריינעמען אין זיך שיעורים אין גמרא תוס', חומש-רש"י און מוסר א.א.וו.

 תורה און תפילה זענען הא בהא תליא. אזעלכע טייערע בחורים וואס לייגן אריין אזויפיל שעות אין לימוד התורה דערקענט זיך עס אויף זייער דאווענען. עס איז באמת א הערליכע מחזה וואס עס איז ווערט מיטצוהאלטן און זעהן וויאזוי די טייערע בחורים קאכן אריין אין א דאווענען, מיט הארץ און נשמה זייענדיג מקיים דעם איזהו עבודה שבלב זו תפילה אויף א הויכן פארנעם.

גאר א שטארקע דגוש ווערט געלייגט אין קעמפ צו מאכן אזעלכע סארט פראגראמען וואס וועט אנפילן דעם קאפ מיט ידיעות התורה און בענעפעטירן דעם בחור אויך אויף שפעטער. זייענדיג בקי אין פולע ידיעות אין פארשידענע חלקי התורה  וועט אים עס שפעטער צוניצקומען ווען ער וועט זיך באגעגענען מיט פארשידענע מושגים וואס איז צושפרייט אין מקצועות התורה.

פארגאנגענע וואך האט מען געהאט דא אין קעמפ דער באקאנטער ידען ובקי אין פיל חלקי התורה הרה"ג ר' אלתר חיים ווייכברויט שליט"א וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים, און באגלייטונג פון זיינע ספעציעלע כלים געשילדערט פאר די בחורים אלע חלקי בהמה וואס עס ווערט אויסגערעכנט אין די תורה.

די בחורים זענען געזיצן צוגענאגלט צו זייערע ערטער און מיט דארשט געשלינגען זיינע רייכע רייד וואס ער האט אזוי מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט און ממחיש געווען אז יעדער זאל קענען פארשטיין די אלע ענינים על בריו.

    לעשות את השבת

אויב א פשוט'ע טאג ווערט געפראוועט אויף אזא ערנסטן און געהויבענעם פארנעם, איז עס פי כמה ווען מ'רעדט פון א שבת וואס דאס איז דער קלימאקס פון די גאנצע וואך. אייגענטליך, איז דאך באמת די גאנצע וואך אן הכנה פאר שבת קודש, אבער ווען עס קומט אין קעמפ איז עס עפעס וואס מ'קען טאפן אין די לופט. מ'שפירט אין די גאנצע מחנה כי בא שבת המלכה.

דאנערשטאג נאכט קומט פאר א ווארעמע פארברענג ווי מ'טוט יעדע וואך זיך גרייטן צוזאמען אויף שבת קודש. מ'זינגט און מ'חזר'ט זיך איין ווארעמע ניגונים וואס מ'וועט זינגען ביי די שבת'דיגע סעודות.

ויהי ביום הששי ויכינו, פרייטאג פארטאגס וועט מען אלץ זעהן בחורים וועלכע שטייען אויף פרי לערנענדיג מיט חברותות מרצונם הטוב, אפילו אן אן אפעציעלן סדר הלימוד. דאך רייסן זיי זיך ארויס פון בעט נאך פריער פון דעם באשטימטן זמן קימה כדי אריינצוכאפן נאך א בלאט גמרא, און אזוי זיך גרייטן אויפ'ן שבת קודש.

במשך דעם גאנצן פרייטאג זענען די בחורים עוסק צו מאכן אן הכנה פאר'ן שבת קודש, זה בכה וזה בכה, ווען אינצווישן אלע טירדות ערש"ק וועט מען אלץ זעהן בחורים זיצן אין ביהמ"ד אויסנוצנדיג די צייט, דער מיט א בלאט גמרא, דער מיט'ן צוענדיגן אביסל פון די פרשת השבוע, אן אנדערער מיט א חסיד'יש ספר אדער מיט'ן זאגן שיר השירים.

פארשטייט זיך אז קיין איין בחור וועט נישט פארגעסן אהיימצורופן די עלטערן אנוואונטשן א גוט שבת און דערביי צוריק מקבל זיין די הארציגע ברכות פון טאטע-מאמע וואס מ'קען נישט אויפטוישן פאר קיין שום זאך אין דער וועלט.

ווען עס קומט דער זמן שבת קודש, לאזט זיך אראפ א געהויבענקייט אויף די גאנצע מחנה, אז כמעט וואס מ'קען שפירן ווי די גראז און ביימער זינגען מיט תנו שבח ושירה לקל אשר שבת ברא! די קדושה און התעלות, די ווארעמקייט און געטליכקייט וואס מ'שפירט איז עפעס וואס מ'קען נישט שילדערן!

די בחורים קומען אריין אין ביהמ"ד און מ'הייבט אן צו דאווענען הודו לד' כי טוב! די ווענט דאווענען מיט! די גאנצע ביהמ"ד שרייט מיט אומבאשרייבליכע כיסופין וגעגועין מי חכם וישמר אלה ויתבוננו חסדי ד'! וינועו אמת הסיפים!

נאך אזא דאווענען קומט די  סעודות שבת וואס ווערט געפראוועט אויף א געהויבענער פארנעם און מיט א שמחה דקדושה. מען זינגט צום באשעפער שירות ותשבחות, מ'קאכט אריין אין די הייליגע זמירות שבת, און פאלגט נאך מיט אנדערע ווארעמע הארציגע - ווי אויך פרייליכע - ניגונים וואס מ'זינגט מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט. פאריגע וואך האבן די בחורים אזוי געזינגען מיט אן התלהבות ביז עס איז שוין געווארן סמוך לאור היום.

די סעודות שבת ווערט געפירט יעדע וואך דורך א צווייטן. אין נאך א רינגעלע צו די קייט פון די געטרייע פעולות וואס די הנהלה לייגט אריין לתועלת התלמידים, זעט זיך אן דאס ברענגען יעדע וואך אן אנדערער "שבת גאסט" צו פירן דעם שבת און משפיע זיין פאר די תלמידים במשך דעם שבת מיט ווארעמקייט און הרגש.

די פארגאנגענער וואך האט מען געהאט אין קעמפ צוויי חשוב'ע געסט. הרב רבי אברהם לייב ליכטמאן שליט"א און הרב רבי יושע יודא פריעדמאן שליט"א מחנך נפלא ומדריך לחתנים.

נאך אזא עבודה האבן די בחורים זיך צוגעלייגט אנצושעפן פרישע כוחות פאר די קומענדיגע טאג. בצפרא דשבתא האט מען ווידער געזעהן בחורים וואס האבן מקדים געווען און אויפגעשטאנען פריער ווי די צייט וואס מ'איז געקומען וועקן, כדי צו קענען אריינכאפן נאך אביסל לימוד התורה, ווי באקאנט האבן צדיקים געזאגט אז ווען מ'לערנט שבת צופרי פאר'ן דאווענען שפירט מען א טעם גן עדן העליון.

וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני'. ווען צו די באשטימטע צייט האבן די בחורים אונטער די אויפזיכט פון די חשוב'ע מנהלים ומחנכים אראפגעלייגט א דאווענען אז די הימלען האבן זיך געשפאלטן.

ווען עס איז געקומען די זמן פון רעוא דרעוין האט מען געפראוועט די שלש סעודות בצוותא חדא אונטער די אויפזיכט פון די חשוב'ע מרביצי תורה, די בחורים זענען געזעצן מיט אן ערנסקייט און אויסגעהערט די ווארעמע שלש סעודות תורה און שפעטער מאריך געווען מיט הארציגע ניגונים פול מיט השתפכות הנפש וואס האט זיך פארצויגן צו קרוב לחצות הלילה.

נאך אזא שבת ווי די בחורים האב מיט געלעבט מיט אזא עונג רוחני, האט אנגעהויבן צוריקצוקומען אומהויפערליכע גריסן פון די עלטערן - נאכ'ן הערן א באריכט פון זייער בחור - צו אלע חשוב'ע מרביצי תורה ומחנכים בראש פון די חשוב'ע מנהלים שליט"א, ווי די עלטערן קענען נישט גענוג ארויסברענגען זייער התפעלות פון די מורא'דיגע ארבעט וואס מ'לייגט אריין און איבער די געוואלדיגע התעלות וואס די בחורים האבן געהאט בלויז פונעם ערשטן שבת.

שבת קודש נפשי חולת אהבתך!




 

Commenti


bottom of page