פארגאנגענעם ליל שישי לס' וקמת ועלית אל המקום אשר יבחר ד"א זענען די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה ב"ב ארויפגעפארן קיין ירושלים עיה"ק אינאיינעם מי די געטרייע צוות הרוחני פון די ישיבה ועל צבאם דער געטרייער מנהל רוחני הרה"ג רבי יצחק דוד יאקאב שליט"א, די נסיעה איז צושטאנד געקומען אלס התעלות און התחזקות פאר די בחורים לרגל דאס אריינטרעטן מיט גרויס התעוררות און התמדת התורה אין די ימי חודש אלול, און ספעציעל לרגל די סיום פון מסכתא בבא בתרא וואס מ'האט דורכגעלערנט און אריינגעהארעוועט במשך דעם יאר און אצינד הייבט מען די חזרה כוללת אויף די גאנצע מסכתא בעזהשי"ת.
צום ערשט איז מען אנגעקומען צום הר המנוחות וואו זיי האבן פוקד געווען די ציונים פון הייליגע צדיקים וועלכע ליגן דארט מיט אמירת תהלים ברבים און בקשת רחמים.
פון דארט זענען זיי צוגעפארן צום ביתו נאוה קודש פונעם פוסק הדור והדרו דער מרא דארעא דישראל הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ווי די בחורים האבן פארברענגט במחיצתו מיט גרויס התרגשות דקדושה, מ'האט געזונגען ווארימע ניגוני תפילה אויף תורה ותשובה ווי אהבה רבה און אחת שאלתי וכדו', ווען דער גאון עולם זינגט מיט אינאיינעם מיט א קענטיגע התעוררות.
דאן האט דער מנהל רוחני געבעטן פאר'ן רב שליט"א זאל משמיע זיין דברי התחזקות פאר די בחורים לרגל וואס מ'גייט אריין אין א שווערע סדר החזרה אויף מסכת בבא בתרא, מיט א שטילקייט און יראת הכבוד האבן די בחורים זיך צוגעהערט צו די שיינע דברי תורה און ווארימע ברכת הקודש פונעם רב שליט"א וועלכע האט איבערגעלאזט אויף יעדן א שטארקע רישומא קדישא.
פון דארט זענען די בחורים צוגעפארן צו די ארטיגע היכל הישיבה קטנה ירושלים עיה"ק וואו זיי האבן אפגעראכטן א מסיבה של מצוה מיט שירות ותשבחות און פייערליכע ריקודין לכבוד התורה ולומדיה, אינמיטן די מסיבה האט אויפגעטרויטן מיט א שיינע דרשת התחזקות דער באקאנטער משפיע הרה"ג רבי מנחם ווייס שליט"א ר"י אוישפיצין ירושלים וועלכער האט אויפגעפלאמט די הערצער פון די בחורים צו התעלות בתורה וביראה.
די שיינע נסיעה און פראכטפולע מסיבה איבערהויפט די געהויבענע באזוך ביים רב שליט"א האט פארשאפט פאר די תלמידים א תענוג רוחני און חיות דקדושה מיטן הייליגן מטרה אנצוהייבן די סדר לימוד החזרה מיט גרויס התמדה און הצלחה בס"ד.
כי מציו"ן תצא תורה ודבר ה' מירושלים
Kommentare