top of page

שפאגעל נייער היכל ביים ביהמ"ד הגדול דקהלתינו אין וומסב"ג וועט צוברענגען דעם ריזן ציפער פון אריבער 1,000 פרישע זיץ ערטער פאר די ימים נוראים הבעל"ט

לקראת ימים נוראים הבעל"ט ווערט געמאלדן די דראמאטישע פרייעדיגע בשורה מרנינה פון הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג, אז צוליב דעם דראמאטיש געוואלדיגן וואוקס בליעה”ר פון אנשי שלומינו מיט הונדערטער פרישע אברכים מדי שנה בשנה, און דער פלייץ פון בחורי חמד יראי ה’ בהיכלי ישיבותינו הקדושות וועלכע פילן איבער די היכלי ביהמ"ד הגדול אין די הייליגע טעג, וועט אי"ה היי יאר צוגעלייגט ווערן א פרישע שפאגעל נייע היכל צום ביהמ"ד וועלכע וועט צוברענגען "פרישע טויזענט זיצן", און וועט ברענגען צום סך הכול פון אריבער 4,000 זיץ פלעצער צום ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג פאר די ימים נוראים.

דער נייער ריזן היכל וועט אויפגעשטעלט ווערן אויף די גאנצע לענג פונעם מערב זייט פון ביהמ"ד הגדול ווי עס ווערט אראפגענומען דער גאנצער “מערב וואנט” פון היכל ביהמ”ד הגדול, און ווערן אויפגעשטעלט א ריזן בנין אויף די גאנצע גאס ביז בנין חי”ל הילמאן.

ווי די עסקני קהל יטב לב געבן איבער וועט דער גאנצער בנין ווערן אהערגעשטעלט מיט אלע נויטיגע געברויכן פאר די אלפי הבאים אויף ימי ראש השנה ויום הקדוש הבאים לשמוע

אל הרנה ואל התפלה בצל הקודש פון כ”ק מרן רבינו הגה”ק שליט”א וכבוד הגה”צ אבד”ק ור”מ שליט”א, שטארק אינסטאלירט צו האלטן דעם קול, און צוגעשטעלט העכסט-באקוועם, גאר גוט געקילט און איינגערישט.


לשמוע אל הרנה ואל התפלה




Comments


bottom of page