top of page

תתחדש: שמחה עצומה ביי אנשי שלומינו מאנסי מיט די עפענונג פונעם בנין הבית רחל החדש בנין אליהו ניישטאדט דעם וואך

”ברוך שהחינו והגיענו לזמן הזה”


ברגשי שמחה גרייטן זיך הונדערטער תלמידות פון בית רחל דמוסדותינו הק' אין מאנסי דעם קומענדיגן דאנערשטאג צו באנייען דעם הערליכן בנין החדש והמפואר בנין אליהו ניישטאדט בשיכון מנחם צבי אויף טשערי לעין וואס איז אין די לעצטע חודש אהערגעשטעלט געווארן פון א רויע סטרוקטור צו א פערטיגע בנין במלאו הדרו.


א געוואלדיגע שמחה נעמט ארום אנשי שלומינו שטייענדיג סוף יאר תשפ”ד און מוסדות סאטמאר מאנסי האט באוויזן דאס אומבאגרייפליכע פון באנייען 2 פרישע הערליכע גיגאנטישע בנינים לחינוך הבנים והבנות דאס יאר אליין צוליב די אומגלויבליכע וואוקס פון די טויזענטער תלמידי המוסדות.


”ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ”










Comments


bottom of page