top of page

שיינע אויספלוג פאר די הונדערטער ילדי חברת תהלים דקהלתינו הק' אין לאנדאן אריבער מיט גרויס סוקסעס

ילדי לאנדאן וועלכע באטייליגן זיך וועכענטליך ביי די חברת תהלים אין די בתי מדרשים דקהלתינו אין שטאט, האבן מיט גרויס הנאה מיטגעהאלטען דעם פארגאנגענעם מיטוואך ואתחנן די גאר געשמאקע אויספלוג צוגעשטעלט דורך די הנהלת חברת תהלים, אלץ אן אות הכרה פאר די קינדער וואס טוען וועכענטליך מיטהאלטען דעם הערליכען פראגראם.

בעפארן ארויספארן צום אויספלוג זענען זיך די קינדער צוזאמגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול , ווי מען האט מיט א געוואלדיגע התעוררות אינאיינעם געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים בקול רם.

דאן האט מען זיך בשעה טובה ומצלחת ארויסגעלאזט מיט ספעציעלע באקוועמע קאוטש באסעס אויפן וועג צום נייע חרדישע געגענט קענווי איילענד אינדרויסן פון שטאט לאנדאן.

אנקומענדיג קיין קענווי איילענד איז מען צום ערשט צוגעפארן צום ארטיגן ביהמ"ד ווי מען האט אינאיינעם גאדאווענט א ווארעמע תפילת מנחה.

דערנאך איז מען צוגעפארן צום שיינעם שפיל פארק וועלכע איז ספעציעל אפגעדינגען געווארן פאר די קינדער צום ערשט איז פארטיילט געווארן א ברייטע פליישיגע נאכטמאל פאר אלע קינדער מיט מערערע נארהאפטיגע מאכלים און קאלטע געטראנקען.

דערנאך האבן די קינדער זיך ארויסגעלאזט צו די פילע ריידס און אקטיוועטעטן אינעם פארק פאר עטליכע שעה, שעפענדיג פרישע כוחות אויף ווייטער, און מיט א שטארקע חיזוק צו ווייטער קומען וועכענטליך צום חברת תהלים. 

בזכות הבל פיהם תינוקות של בית רבן


























Yorumlar


bottom of page