top of page

רעוואלוציע בעולם הפרנסה מיטן גרינדונג פון שפאגעל נייע "מפעל עסק" בקרב קהלתינו הק' קהל יטב לב וויליאמסבורג ; וועט זיין דער צענטראלער אדרעס פאר אלע ביזנעס אנגעלעגענהייטן

מיט פרייד ווערן אין די יעצטיגע אלפי חברי קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג נתבשר מיט די גאר פרייעדיגע בשורה טובה ומרנינה אז נאך לאנגע יארן וואס עס ליגט אויפן אויבנאן די געברויך צו אהערשטעלן א היימישע ביזנעס מפעל, ווערט בסייעתא דשמיא אוועגעשטעלט דער שפאגעל נייער "מפעל עסק" דקהל יטב לב, פאר אנ"ש תושבי וויליאמסבורג, וואס וועט דינען אלץ דער צענטראלער אדרעס פאר אלעס ארום ביזנעס פרנסה און פינאנץ, ביים ברייטען ציבור.

דער נייער מפל עסק אנטשפרעכט צו אנטהאלטען אונטער אירע פראצווייגטע פליגלען א רייע מיט חידוש'פולע סערוויסעס, וואס וועט זיין גאר שטארק נוצבאר פאר אלע חברי קהל יטב לב צוגלייך, ברענגענדיג צום טיש סערוויסעס וואס עס זענען נאכנישט געווען ביז היינט, און אנטשפרעכט אי"ה ארויפברענגען דעם מצב הפרנסה ביים היימישן ציבור עטליכע שטאפלען.

צווישן די פילע סערוויסעס וועלן זיין ווי צופאסן פרנסה פאזיציע פאר פרישע ארבערטער, רעזומעי הילף, ארבעט קורסען, דרשות איבער ביזנעס און פינאנץ, און נאך, וואס וועט גאר שטראק פארגרינגערן אלע אנ"ש.

די עסקנים האפן גאר בקרוב ארויסצוקומען מיט די אלע פונקטליכע פרטים און דעטאלן להנאת אנשי שלומינו, וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס אויף די שאפונג פון דעם וויכטיגן מפעל.

איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק





Comentarios


bottom of page