top of page

“רעגיסטראַציע” אויף זמן החורף תשפ”ה אין סאטמארע מבצר הישיבות אין פולסטן ברען; עטליכע הונדערט נייע אַפליקאַציעס שוין ב”ה פראָצעסירט


מקרוב ומרחוק: “רוחניות אפליקאציעס” פון תלמידים פון צענדליגער ישיבות קטנות אין אלע עקן וועלט שוין אריינגעקומען, צו פארזיכערן א פלאץ אינעם מתיבתא עצהיו”ט אויפ’ן ווינטער זמן.

כי קרוב היא: שטייענדיג בלויז צוויי וואכן אפגערוקט פונעם דעדליין פאר רעגיסטראציע לשנת תשפ”ה, דערמאנט די הנהלה פאר אלע עלטערן אריינצושיקן די אפליקאציע אין די שנעלסטע מעגליכקייט, כדי צו קענען אלעס מסדר זיין בעוד מועד

רעגיסטראציע דעדליין:

קומענדיגן פרייטאג נשא, אסרו חג שבועות.

זינט די מתיבתא באשטייט כהיום פון א פארצווייגטע אפאראט מיט 4 באזונדערע ישיבות גדולות פאר די ערשטע 3 יארגענג אליינס, פאדערט זיך מטעם הנהלת הישיבה גאר שווערע כוחות צו פארזיכערן אז יעדער תלמיד ווערט פלאצירט לויט זיין בעסטע תכלית בע”ה, דעריבער איז גאר וויכטיג אייער בחור’ס אפליקאציע זאל זיין אריינגעגעבן צייטליך,

ספעציעל אויפגענומענע שטאב האלט שוין טיף אין די אקטיווע פראצעדור פון נאכגיין, באשטעטיגן, פלאצירן און מסדר זיין די ישיבות און כיתות פאר אלע איינגעשריבענע בחורי חמד, צו שטייגן בע”ה על התורה ועל העבודה,



Comments


bottom of page