top of page

רירענדע עצרת התעוררות צו די פטירה פון הגה"צ ר' שמעי גרינבוים זצ"ל אין ישיבה מעיין התורה ד'מוסדותינו הק' אין בארא פארק

א גאר רירנדע מעמד עצרת הספד והתעוררות איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת בלק אין ישיבה קטנה מעיין התורה ד'מוסדותינו הק אין בארא פארק װאס געפונט זיך אין די יעצטיגע וואכן אין מחנה אהל משה קראסנא (לעיק האוז האטעל) אין וואדרידזש נ.י.

נאך וואס כלל ישראל האט פארלוירן אזא עמוד התורה האי גאון וצדיק רבי שמעי'הו גרינבוים זצ"ל בעמ"ח ספרי סייעתא דשמיא, שטייענדיג נאך אין די וואך נאכ'ן שבעה, דערקענט זיך נאך די צער ביי אלע אידישע קינדער בכל מקום שהם, און בכל קצוי תבל טרויערן אידן אויף די גרויסע אבידה, איבערהויפט די חשוב'ע בחורים וואס זענען תורתם אומנתם קענען נישט צו זיך קומען פון דעם גרויסן חלל, צו יעדע צייט איז צוניץ געקומען זיין ספר מיט'ן פירוש סייעתא דשמיא אויף משניות, ביי יעדע שווערע גמרא האט מען געוואוסט אז ס'איז דא איין אדרעסס, דער ספר סייעתא דשמיא.

הגה"צ גאב"ד קראסנא שליט"א וועלכע איז ברייט באקאנט מיט זיין לשון לימודים און מיט זיין קלארע שפראך האט משמיע געווען פייערדיגע דברי הספד והתעוררות,

ער האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין חשוב'ן שווער דער נפטר זצ"ל, פארציילט פילע מעשיות ווי מ'זעהט די אייגנארטיגקייט פונעם גרויסן נפטר זצ"ל, די שטוינענדע לימוד התורה, התמדת התורה, און זיין עבודת השם אין אלע הינזיכטן.

דערביי האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידי הישיבה איבער צענדליגער ענינים וואס זענען נוגע פאר בחורים מדי יום ביומו ומדי שבוע בשבוע.

דער רב האט אויפגעפאדערט די בחורים נאכצוגיין אין זיינע וועגן, איבערהויפט יעצט ווען מ'דארף משלים זיין דעם חלל פון לימוד התורה וואס ס'פעלט אויף דער וועלט.

די תלמידי הישיבה זענען זיך צוגאנגען מיט אן ערנסטקייט נאכ'ן הערן אזעלכע דערהויבענע השגות פון א איד אין אונזער דור, און מיט פעסטע קבלות נאכצוגיין אין זיינע וועגן.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

Comments


bottom of page