top of page

רייכע באנקעט פארגעקומען פארגאנגענעם וואך אין שטאט וויליאמסבורג לטובות די פרישע צווייגעלע פון ממלכת סאטמאר די וואקסענדע "מוסדות סאטמאר לינדען"

פארגאנגענע וואך מיטוואך העעל"ט איז פארגעקומען אן העכסט געלונגענעם רייכע באנקעט לטובת די פריש געגרינדעטע מוסדות סאטמאר אין לינדען, פאר די זיידעס פון די תלמידי המוסדות תושבי וויליאמסבורג, לטובות די אויפבלי פון די וואקסענדע סאטמארע מוסדות אין לינדען וועלכע שטייגט אין וואקסט מיט יעדע פארבייגייענדיגע טאג מיט פרישע תלמידים ותלמידות.

די מסיבה איז פארגעקומען בבית הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש שליט"א וועלכע האט אליין קע"ה עטליכע אייניקלעך אין די מוסדות אין לינדען.

די זיידעס זענען עטפאנגען געווארן דורך די עסקני המוסדות ווי מען האט זיך געזעצט צו די טישן צו א רייכע נאכטמאהל וועלכע איז געווארן סערווירט, דער יושב ראש המעמד מו"ה ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו האט צוערשט מקבל פנים געווען דעם ציבור און דערנאך ארויפגערופן הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי"ו חבר הנהלת המוסדות וועלכע האט ארויסגעברענגט מהנעשה והנשמע אינעם שטאט לינדען בכלל און אין סאטמאר לינדען בפרט, און טראץ די כל התחלות קשות האבן מיר בעזהשי"ת ובכוחו של אותו זקן מרן רביה"ק זי"ע געקענט אהערשטעלן א מוסד ברוב פאר והדר בארץ לא זרוע.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סאטמאר לינדען שליט"א וועלכע האט נאכן ארומרעדן בדברי תורה און די חיוב אויף זיידעס ארויסצוהעלפן די אייניקלעך צו קענען לערנען תורה הק', ארויסגעברענגט מה נשתנה סאטמאר לינדען מכל אז ביי מוסדות סאטמאר לינדען וועלכע איז א פריש געגרינדעטע קהילה און פארמאגט נאכנישט קיין אייגענע נגידים און גרויסע ביזנעס לייט וועלכע קענען ארויסהעלפן די מוסדות, איז אין א נויט דארפ מען בע"כ צוקומען צו מער שטיצע פון דרויסן.

די מסיבה איז ב"ה געקרוינט געווערן מיט גרויס הצלחה העכער אלע ערוואטונגען מיט די גרויסע נתינות וועלכע זענען געפלאסן במשך די צייט פונעם מסיבה.

וְנִהְיֶה אֲנַחְנוּ, וְצֶאֱצָאֵינוּ, וְצֶאֱצָאֵי צֶאֱצָאֵינוּ... כֻּלָּנוּ יוֹדְעֵי שְׁמֶךָ, וְלוֹמְדֵי תוֹרָתְךָ לִשְׁמָהּ 

 








Comments


bottom of page