צוליב דעם קריטישן צושטאנד פון א יונג קינד מחשובי אנ"ש נאכ'ן דארפן באקומען א נייעם ניר צו ראטעווען דאס לעבן,
נאך וואס מ'האט פאר א צייט אפשניט פון איבער א יאר נאכנישט געפונען די פאסיגע מעטש צוליב וואס פאר א קינד איז גאר שווער צוצופאסן א ריכטיגע מעטש, האט דער רב שליט"א פאררופן אן אסיפה פארגאנגענע וואך צו אינאיינעם מטכס עצה זיין אויף אלע וועגן וויאזוי צו ראטעווען דאס לעבן פון דעם קינד בפרט און וויאזוי מ'קען ארויסהעלפן דעם חשוב'ן ארגאניזאציע בכלל,
ביים אסיפה זענען געווען אנוועזנד די ראשי העסקנים ר' חיים שטיינמעטץ הי"ו - יו"ר ארגעניזאציע רינועל, ר' דוד שישא מגדולי העסקנים, און נאך פילע עסקנים ואישי הציבור וועלכע העלפן ארויס אידן וועלכע מוטשענען זיך מיט די פראבלעם,
מ'האט אינאיינעם אויסגעשמועסט אלע פרטים איבער דעם קעיס, און מ'האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די מהלכים וואס ליגן אצינד אויפ'ן טיש,
נאכ'ן דורכטוהן די נושא פון אלע צדדים האט דער רב שליט"א געזאגט אז דער בעסטע מהלך וועט זיין אז מ'וועט מרעיש עולמות זיין און מאכן א טעסטינ"ג דרייוו אין אלע בתי מדרשים איבער גרעיטאר ניו יארק ובפרט אין די בתי מדרשים דקהילתינו הק', און האפנטליך וועט מען אזוי צוקומען צום ערווארטעטן ציהל בקרוב ממש בע''ה, דער רב שליט"א האט אויסגעשמועסט מיט די עסקנים די פרטים וויאזוי דורכצופירן דעם קאמפיין,
דערנאך האט זיך דער רב שליט"א באדאנקט און ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים וואס זיי ארבעטן איבערמידליך לטובת אידישע קינדער שלא על מנת לקבל פרס, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע עסקנים, און אז מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו דעם,
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא
Comments