top of page

קול רנה וישועה באהלי צדיקים: טויזענטער חסידי סאטמאר מיטגעהאלטן נעכטן פייערליכע מאמענטען ביים חתונה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

טויזענטער חסידי סאטמאר האבן נעכטן אויפדערנאכט מיטגעהאלטן די פרייערליכע שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,

עב"ג הכלה בת הרה"צ רבי אברהם יושע איגר שליט"א בן הגה"צ רבי עזריאל מאיר שליט"א אבד"ק לובלין וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן.

די שמחת החתונה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל וועלכע איז אויסגעשטעלט געווארן מיט טויזענטער זיץ פלעצער און מיט הויעכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמעדירן די פלייץ פון טויזענטער חסידי סאטמאר וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען ביים שמחה בבית צדיקים.

פאלגענד זענען מיר דא מיט די טרוקענע פרטים און פאקטן פונעם געהויבענעם שמחה:

 ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין 'חדר שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.

 רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, דערנאך האט האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,

דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו - ב"פ, דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

קריאת הכתיבה: הגה"צ רבי אברהם איגר שליט"א - אבד"ק לובלין שווייץ, עלטער פעטער פון די כלה.

ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, זיידע פון די כלה. ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א, זיידע פון די כלה. עדי קידושין: הרה"צ רבי זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.

ביים חופה האט זיך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.

 דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.

ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,

דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:00 אזייגער, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.

 ארום 11:20 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ראש ישיבת דושינסקיא ארה"ק, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15 ב"פ שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א - ב"פ.

דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,

דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,

דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15 ב"פ שליט"א,

דערנאך האט בדחנא דמלכא אויסגערופן דער געהויבענער גאסט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צו מצוה טאנץ און נאכן אפרעכטן די ריקודי קודש האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט מחותנו דושינסקיא רבי שליט"א פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, און דערנאך דער אבי החתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א און אבי הכלה הרה"צ רבי אברהם יושע איגר שליט"א,

דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.

דערנאך האט דער בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו





































1 Comment


MBD Photography
MBD Photography
Jun 21

מ'דארף מסדר זיין אז די בילדער זאלן זיין און די רייע.

און נישט אויס געמישט....

Like
bottom of page