אונטער שטרענגע השגחה פון הגה"צ רבי שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקרי'.
"בָּרוּךְ אַתָּה בְּבֹאֶךָ, בָּרוּךְ אַתָּה בַּשָּׂדֶה" – אט אט אין געציילטע טעג וועלן די העכער 300 יערליכע זומער תושבים אין די סאטמארער זומער קרי', באקאנט אלס "איחוד קאנטרי" זיך ארויסלאזן אין די וועגן צו פארברענגען א געשמאקן זומער באנגעלאו קאלאני וואס איז אין לויף פון די לעצטע האלבע יובל יארן זינט די התייסדות אויסגעשטיגן צו א ריכטיגע "עיר ואם בישראל" מיט אלע צרכי הכלל ברוחניות ובגשמיות, און געברענגט א "רעוואלוציע" בתורה ובתפלה אין די גאנצע קעטסקילס, מיט די הערליכע קרי' נאמנה וואס שיינט לשם ולתפארת.
ווערט אצינד געמאלדן אז לקראת דעם היי יעריגן זומער תשפ"ד, איז פארענדיגט געווארן דער גאר פארצווייגטער פראיעקט, צו אינסטאלירן א העכסט-מהודר'דיגן "רמב"ם עירוב", וואס נעמט ארום די גאנצע קרי' און אלע ארומיגע שטחים מיט א צורת הפתח צו יעדע צען אמות כדעת הרמב"ם, וואס איז א געוואלדיגער הידור להלכה, צו קענען מטלטל זיין במשך יום השבת מבואו ועד צאתו, בלי שום פקפוק, למהדרין ולמחמירין.
דער גאנצער "עירוב פראיעקט" איז געווארן אויסגעארבעט דורך די געטרייע חברי הנהלה, אין לויף פון לאנגע חדשים, צו קענען צוקומען צו אלע פעלדער און וועלדער ארום די גאנצע קאנטרי. די עושי המלאכה זענען איבערגעגאנגען אלע פרטי ההלכה און יעדע מציאות באזונדער מיטן דומ"ץ הקרי', הגה"צ רבי שלום טייטלבוים שליט"א, וואס דין רפיש מדבית אבא, אביו הגדול רבי ארי' לייבוש זצ"ל דער לאנגיעריגער דומ"ץ הקרי' וועלכער האט גאר אסאך כוחות אריינגעלייגט אינעם עירוב. דער דיין שליט"א האט במשך די גאנצע צייט פון די ארבעט ארומגעקלעטערט בטירחא דגופא צו משגיח זיין אז דער עירוב ווערט אוועקגעשטעלט מיטן פולסטן הידור, און שטייט טאקע אונטער זיין שטרענגע וועכנטליכע השגחה.
שמחים לשמרו ולערב עירובו
コメント