top of page

פייערדיגע דברות קודש ביומא דהילולא מרן רביה"ק זי"ע פון פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א פאַַר תלמידי ישיבתינו הק ירושלים ביים בחינה און סיום מסכתא "בבא מציעא" און סיום ספה"ק "ויואל משה"



תלמידי ישיבתינו הק' ירושלים האָָבן די פאָָריגע וואָָך ליל שישי די נאַַכט פון די הילולא קדישא פון מרן רבינו הקדוש זי"ע געהאַַט די זכי' אַַריינצוגיין בביתו נאוה קודש פונעם גדול ופּוסק הדור גאון ישראל וקדושו כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וועלכער האָָט זיי פאַַרהערט אויף גאַַנץ מסכת "בבא מציעא" און דערמיט אויך געפּראַַוועט דעם סיום אויף ספר הקדוש "ויואל משה" וואו דער ירושלימער רב שליט"א האָָט אויפגעטראָָטן פאַַר די בחורי חמד מיט אַַ לענגערע דרשה במשנתו של בעל ההילולא רביה"ק זי"ע.צום ערשט האָָט מען געמאַַכט דעם סיום אויף די מסכתא בבא מציעא און דערנאָָך דעם סיום אויפ'ן ספה"ק "ויואל משה" ווען דער רב שליט"א האָָט געטרינקען "לחיים" און אָָנגעוואונטשן ברכות קדשו פאַַר אַַלע בחורים המסיימים.

דאַַן האָָט דער ירושלימער רב שליט"א אויפגעטראָָטן מיט פייערדיגע דברות קודש לרגל די הילולא קדישא און דער סיום, ווען ער האָָט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו אויפשטורעמען די בחורים מיט דברי השקפה טהורה לויט ווי ער האָָט עס מקבל געווען פון רביה"ק זי"ע.

דער ירושלימער רב שליט"א האָָט צום ערשט באַַגריסט די מסיימי המסכתא זאָָגנדיג: "זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. מיר פרייען מיט אַַ גרויסע שמחה פון די יונגע תלמידי חכמים וואָָס האָָבן געענדיגט נאָָך אַַ מסכתא אין ש"ס בבלי". "דער אמת איז אַַז די שמחה איז נישט בלויז פאַַר ווער ס'האָָט זוכה געווען אַַליינס צו מאַַכן אַַ סיום, נאָָר די שמחה איז אויך פאַַר יעדן איינציגן וואָָס געפונט זיך דאָָ,

 דאַַן האָָט דער ירושלימער רב שליט"א אַַרומגערעדט מיט אַַ פייער איבער'ן יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק זי"ע, זאָָגנדיג:"היינט איז די יאָָרצייט פון דעם הייליגן סאַַטמאַַרער רב זכרונו לברכה, ער האָָט באַַוואונדערט די גאַַנצע וועלט נאָָכ'ן ביטערן חורבן, דער סאַַטמאַַרער רב איז געווען אַַ שליח פון הימל און אַַ שליח פון דעם גאַַנצן דור, דער דור איז נתפּעל געוואָָרן פון די נסיונות פון די ציונים, און אפילו רבנים, מ'קען זאָָגן גדולי הרבנים, און ס'איז געווען אַַ חסד פון דעם אייבערשטער אַַז ער איז געבליבן, ער האָָט געהאַַט מסירות נפש מ'האָָט אים געוואָָלט הארגענען, די ציונים האָָבן אים געוואָָלט אומברענגען, אָָבער ער האָָט לוחם געווען קעגן די כפירה ומינות וואָָס זיי האָָבן אַַראָָפּגעברענגט אויף די וועלט".

דאַַן האָָט דער רב שליט"א אַַרומגערעדט מיט ווייטאָָג איבער'ן איצטיגן "גזירת הגיוס" זאָָגנדיג: "ער האָָט דאָָס אַַלעס געזען מיט זיינע אָָפענע אויגן וואָָס מיר זעהן היינט אויך,ער האָָט געוואוסט אַַז זיי ווילן אַַריינכאַַפּן די בחורים און זייער גאַַנצע מטרה זייערע איז אַַריינכאַַפּן נאָָך אַַ ישיבה בחור,  דער עיקר מטרה איז צוצוברעכן די יראת שמים און אַַריינברענגען כפירה ומינות אין ערליכע אידן, ב"ה היינט איז דאָָ ערליכע בחורים וואָָס דינען דעם אייבערשטער, און אלעס איז אַַ דאַַנק זיינע הייליגע כוחות וואָָס ער האָָט אַַראָָפּגעברענגט אויף די וועלט, און דער עיקר איז אַַז איר וואָָס זענען תלמידים פון דעם הייליגן סאַַטמאַַרער רב דאַַרפט איר זיצן און לערנען דעם אייבערשטער'ס תורה".

"דער טאָָג איז אַַ גרויסער טאָָג, אידן ווייסן נישט וואָָס און וואו, אָָבער אַַז מ'גייט אין זיינע דרכים ווייסט מען אַַז מ'גייט אין די ריכטיגע וועגן, זאָָל דער אייבערשטער משפּיע זיין קדושה אויף יעדן אידישן נשמה, און דאָָס איז דער טאָָג, יעצט דאַַרף מען זיין בשמחה רבה ווען דער צדיק ביומא דהילולא גייט אַַרויף העכער און העכער, און דאָָס וועט מרחיב זיין אַַ אור אין הימל און וועט משפּיע זיין אויף אונזער דור יתום...".

נאָָך די פייערדיגע דברות קודש האָָבן די מנהלי הישיבה שליט"א געבעטן פונעם רב שליט"א אַַז ער זאָָל פאַַרהערן די בחורי חמד, און דער ירושלימער רב שליט"א האָָט באַַלד געשטעלט פילע שאלות פאַַר די בחורים, אויף וואָָס זיי האָָבן געענטפערט דבר דיבור על אופנו מיט אַַ געוואַַלדיגע בקיאות נפלאה, פון וואָָס דער רב שליט"א איז אַַרויס פון התפּעלות.

צום לעצט האָָט דער רב שליט"א געזאָָגט פאַַר די בחורים: "פאָָלגט'ס מיר, הערט מיר צי, בלייבט ביי די גמרא וועט איר האָָבן אַַ גוטן לעבן, און דער אייבערשטער וועט אייך געבן אַַלעס גוט'ס".

דער רב שליט"א האָָט זיי דאַַן געוואונטשן אַַז זיי זאָָלן אויסוואַַקסן ערליכע אידן יראים ושלימים אויפ'ן דרך פון רבינו הקדוש זי"ע און וואָָס דער סאַַטמאַַרער רב שליט"א איז היינט צוטגא ממשיך בגאון ובעוז.

דאַַן זענען אַַלע בחורים אַַדורך לפני הקודש צו באַַקומען די פּערזענליכע ברכת הקודש פונעם רב שליט"א וועלכער האָָט יעדן באַַזונדער אויפגענומען במאור פּניו הק'.














Comentarios


bottom of page