top of page

פאנטאסטישע צוויי מיליאן דאלער אויפגעטריבן געווארן ביי די מערערע חתימות שטרות פאר די נייע בניני המוסדות אין מאנסי פארגאנגענעם זונטאג קרח מיט די אנוועזענהייט פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

גאר ערהאבענע מעמדי חתימות שטרות זענען פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג קרח בעת די באזוך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט מאנסי לרגל די מעמד החומש סעודה פון די ילדי המוסדות, ווען דער געלעגענהייט איז אויסגעניצט געווארן צו אפרעכטען מערערע מעמדי חתימות שטרות פאר די אויפבוי פון די נייע גיגאנטישע בניני המוסדות, תלמוד תורה בנין משה חיים גאלדשטיין, און בית רחל בנין בנין אלי ניינשטאדט, וועלכע בויען זיך מיטן פולסטן קראפט אין שטאט מאנסי, ווען במשך דעם טאג איז אריינגעקומען דעם פאנטאסטישן סכום פון קרוב צו "צוויי מיליאן דאלער"  דורך חסידי סאטמאר תושבי מאנסי.

במשך דעם טאג איז דער רבי ארויף צו מערערע נגידים וועלכע האבן צושטייער געגעבן פאנטאסטישע ווען די עסקני וועד קרן הבנין זענען איבעראשט געווארן פון די גרויסע סכומים וועלכע זענען געפלאסן אן אפשטעל צוזאמברענגענדיג דעם פאנטאסטישן סכום פון קרוב צו 2 מיליאן דאלער.

צווישן אנדערע איז די רבי ארויף צו די שטוב פון פון משפחת גלויבער ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי די חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה האבן אינאיינעם מיט אמם תחי' אפגעקויפט די זכות פון א שער אינעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה בנין משה חיים גאלדשטיין לזכות פון זייער טאטע/שווער, פאר די פאנטאסטישע סומע פון 360 טויזענט דאלער.

ווי אויך שפעטער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו אין די עירמאנט געגענט, ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א פאנטאסטישן סכום פון 360 טויזענט דאלער, און אפגעקויפט דערמיט א 'זכות קומה' פארן בנין הבית רחל החדש בנין אלי ניישטאדט.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנינים



















Comments


bottom of page