top of page

עסקני "אנ"ש וואל קאמיטע" אפגעהאלטען באזוך ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איבערצוגעבן די ענדגילטיגע רעזולטאטן פון די נאנטע אויסגאנג פון די פריימערי פארמעסט אין קרית יואל

פארגאנגענעם מיטוואך אויפדערנאכט זענען אריין בקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, די עסקנים פון די 'אנ"ש וואל קאמיטע' אין קרית יואל שע"י הנהלת הקריה איבערצוגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די פארגאנגענע פריימערי וואלן אין קרית יואל, ווי דער רבי האט ארויסגעקוקט צו הערן די ענדגילטיגע רעזולטאטן וואס איז דעם מיטוואך הערשט געווארן אפגעזיגעלט נאכן ציילן די עבסענטי בעלאטס צוליב די גאר נאנטע אויסגאנג וואס איז געווען צווישן די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט און די אנדערע קאנדידאטען.

ווי די עסקני אנ"ש וואל קאמיטע האבן איבערגעגעבן די פרייעדיגע בשורה פארן רבין, אז דער אנ"ש אריינגעוועלטער קאנדידאט האט געווינען די ספעציעלע קאנסערוואטיווע פריימערי מיט א שמאלע מערהייט פון בלויז 37 שטימען.

דער רבי האט אנגעוויזן און אויסגעשמועסט איבער גאר וויכטיגע זאכן לטובת הכלל וואס מען האפט בעז"ה צו קענען אויפטון און אלעס אדאנק די געטריישאפט פון די עטליכע הונדערט תושבי קרית יואל וואס האבן זיך אנגעשטרענגט ארויסצוקומען שטימען אין די פריימערי וואוטס, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייער עבודת הקודש.





Comments


bottom of page