top of page

על פי קריאת הקודש: טויזענטער חסידי סאטמאר וועלן מאכן די ריכטיגע הכנה צום יו"ט שבועות מיטן אדורכלערנען ספה"ק אור החיים פ' יתרו קבלת התורה

קומט נאך די פייערדיגע קריאת הקודש פונעם רבין שליט"א פארגאנגענעם שבת ביים פרק פארלערנען אין ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל, ווי די רבי האט אויפגעפאדערט די טויזענטער חסידי סאטמאר צו מאכן די פאסיגע הכנה ליו"ט שבועות יו"ט קבלת התורה מיטן אדורכלערנען ספה"ק אור החיים אויף פרשת יתרו, וועלכע וועט אריינשיינען א לעכטיגקייט אינעם יו"ט.

טויזענטער עקזעמפלארן פון קונטרסי אור החיים ווערן פארשפרייט איבער אלע סאטמארע צענטערן איבער די וועלט אהערגעשטעלט דורך די עסקני להתעדן באהבתך ד'סאטמאר.

ווי אויך וועלן ווערן צוגעשטעלט גאר רייכע שיעורים אויפן להתעדן טעל ליניע פון מערערע בארימטע מגידי שיעור.

וההר בוער באש עד לב השמים.





Comments


bottom of page