מהלך פון דעוועלאפן דירות פאר מאקסימום $300 א סקווער פיס און דערביי ערהאלטן פונעם ווילעדזש אלע הילף און פערמיטס, ווערט באשטימט דורכ'ן דירות קאמיטע אלס ערשטע שטאפל, און וועט ברענגען בקרב הימים הונדערטער ביליגע דירות אי"ה
ערשטע החלטות און מהלכים געווארן אויסגעאַרבעט נאך מערערע אסיפות בביתו נאוה קודש פון מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די חברי הדירות קאָמיטע וועלכע פאַרהאַנדלען מיט די דעוועלאָפערס, און די קרית יואל ווילעדזש פאָרשטייער וועלכע אַרבייטן אויס די לעגאַלע חלקים צו העלפן און באַגלייטן די אונטערנעמונג הלכה למעשה
דורכברוך קומט נאך עטליכע חדשים וואס דער ווילעדזש שטעלט אפ אלע פרישע סייט פלען אפראוועלס צוליב די שרעקליכע פרייזן קריזיס סיי אויף דירות און סיי אויף שטחים וואס זענען געשפרינגען דראמאטיש, און במשך די לעצטע וואכן האט דער "דירות קאמיטע" געקענט דערמיט פירן פארהאנדלונגען מיט אלע דעוועלאפערס אויסצוארבעטן דעם פלאן
שטייענדיג געציילטע חדשים נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א האט פארופן א דרינגענדע אסיפה מיט די הנהלת הקרי', און דאן דערקלערט ברבים ביים מעמד "קהלא קדישא" אז די דירות פרייזן זענען שרעקליך געשפרינגען די לעצטע תקופה און קרית יואל גייט אהערשטעלן א לעזונג דערצו ווייל אונזער ציבור דארף קענען האבן דירות פאר ביליג, איז די וואך היסטאריש געמאכט געווארן די ערשטע טריט אריין אין א נייע עפאכע בע"ה, נאך לענגערע אסיפות בבית מרן רבינו שליט"א מיט די "דירות קאמיטע" וואס דער רבי האט ממנה געווען, הלא המה מו"ה יואל (ב"ר יונה) בערנאטה הי"ו, מו"ה ישעי' ווערצבערגער הי"ו, און מו"ה חיים שלמה קרויס הי"ו.
במשך די לעצטערע וואכן איז די קאמיטע געווען שטורמיש אקטיוו צו זיצן מיט די דעוועלאפער און עקספערטן, און צוזאמצושטעלן די נומערן פון די מאמענטאלע קאסטן פאר די דעוועלאפער, בעפאר די רווחים צו בענעפיטירן פון די ארבעט און אינוועסטמענט. עס איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז דאס בויען א פראיעקט נעמט אריין הארד קאנטראקשן קאסט, סאפט קאנסטקראקשן קאסט, שטח קאסט, לאונס אינטערעסט, און אינפראסטרוקטור. די אלע 5 הוצאות זענען אויסגעקומען צו גרייכן ביליגער ווי $300, ממילא איז דא א מעגליכקייט צו קענען שטעלן א מאקסימום פרייז פון $300 פער סקווער פיס, און כדי עס זאל נאך בלייבן גענוג ריוח פאר די דעוועלאפער בע"ה, וועט מען נידערן די קאסטן פון בויען מיט'ן אוועקנעמען אלע צוגעקומענע מותרות וואס זענען צואגעוואקסן די לעצטערע יארן, און אויך בכלל שפארן געלט דורך זוכן צו באקומען אויף אלעם די בעסטע פרייזן.
נעכטן מיטוואך איז שוין ב"ה געווארן אונטערגעשריבן דער ערשטער הסכם, מיט די ליוו-לענד טיעם וואס בויט יעצט א דעוועלאפמענט דא אין שטאט פון קרוב צו 200 דירות, און זייענדיג גענצליך גרייט צו אנהייבן די ארבעט שוין נאך די סיקרע און אנדערע פראצעדורן, און ווארט בלויז אויף די ווילעדזש אפראוועלס, האט די קאמיטע געמאכט מיט זיי דעם ערשטן הסכם, אז ער וועט ערהאלטן באלדיגע פערמיט'ס צו קענען זאפארט אנהויבן בויען, ווען אין אויסטויש וועט דער דעוועלאפמענט בע"ה זיין דער ערשטער צוצושטעלן די מאקסימום-פרייז וואס מרן רבינו שליט"א האט נארוואס אוועקגעשטעלט פאר די אלע צוקונפטיגע דעוועלאפמענטס מיט וועמען מען זיצט אצינד.
אלע נייע קאנטראקטס פון דעם דעוועלאפמענט וועלן געמאכט ווערן לויט די נייע פרייזן, און די דירות וועלן געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן, שטארק און גוט, מיט 9 פיסיגע דאך, אבער אן קיין איבריגע מותרות אד"ג, אן די אלע נייע לוקסעריעזע הוספות און הוצאות וואס זענען צוגעקומען די לעצטע 20 יאר.
אויך פאר די קאנטראקטס וואס דער דעוועלאפמענט האט שוין געשלאסן מיט פאטענציאלע קונים, וועט די קאנטראקט געטוישט ווערן צו נייע הסכם פאר בלויז $300 א סקווער פיס און געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן. (ביי די וועלכע האבן שוין געשריבן א הסכם, אויב זיי וועלן דוקא וועלן בלייבן מיט די אלטע קאנטראקט, וועלן זיי קענען אויסוועלן צו צאלן די אלטע פרייז און באקומען די אלטע סטאנדארטן).
גלייך פון דארט איז די קאמיטע געגאנגען ווייטער, און האנדלט אצינד מיט נאך דעוועלאפער פון עטליכע ווייטערדיגע פראיעקטן וואס ווארטן נאך אויך צו באקומען אפראוועלס, און מען האנדלט מיט זיי אויסצוארבעטן ענליכע מהלכים בס"ד, און מעגליך אויך אראפברענגען די שטח קאסטן פון פארשידענע אפענע פראיעקטן.
אין די זעלבע צייט גייט ווייטער פאראויס די ארבעט צו ערגענצן און אהערשטעלן די פארטיגע פלענער פאר דעם רבינס "חתן כלה דירות" אויף וואס די הנהלת הקרי' ארבעט שוין אומערמידליך, צו צושטעלן בע"ה קרוב צו 1,000 ביליגע רענטאלס פאר חתן כלה צו ברענגען א דערלייכטערונג אינעם רענטאל מארקעט בע"ה, און פארגרינגערן פאר טויזנטער מחותנים און פאר הונדערטער פארפעלקער בע"ה.
דאנערשטאג פנחס אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן האט דער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א טעלעפאניש מיט געהאלטן אן אסיפה מיטן וועד, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אנטוויקלונגן אין די לעצטע 3 טאג, אראפצוברענגן די פרייזן פון דירות צו אינטער 300 דאללאר פער סקווער פוס, און האט שטארק הנאה געהאט צו הערן איבער די פארהאנדלונגן מיט די דעוועלאפערס וואס האבן שוין געחתמ'ט אראפצוברענגן זייערע פראיעקטן צו דעם פרייז, דער רבי האט זיי געגעבן הוראות וויזוי ווייטער ממשיך צו זיין, און אויסגעדרוקט זיין האפענונג, אז די עקזעסטירענדע דעוועלאפערס וועלכע האלטן שוין אינמיטן זייערע בוי פראיעקטן זאלן אויך נאכקומען צו דעם פרייז און זיך פולקאם צושטעלן לטובת הציבור, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה
דער ציבור אין קרית יואל איז מלא שמחה ורגש, זעענדיג ווי די שלוחי קודש פונעם מייסד העיר מרן רביה"ק זי"ע, הלא המה די געטרייע הנהלת הקרי', די איבערגעגעבענע דירות קאמיטע, ובראשם מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, שפאנען פאראויס מיט גרויסע טריט אינעם הייליגן אונטערנעמונג, אז אין א צייט וואס 'היוקר יאמיר' און פרייזן שטייגן ממש אומדערטרעגליך, זאלן אידן אין קרית יואל יא טרעפן בע"ה א דירה נאה המרחבת דעתו של אדם, מיט הרחבת הדעת אן דארפן פארזינקען ווערן אין א לעבן פון חובות ח"ו, כן יהי רצון.
עס רופט זיך אויס "לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל", עס איז אלעמענס האפענונג אז מיט די הילף פון די געטרייע דעוועלאפער ווערט אינאיינעם אהערגעשטעלט א נייע סטאנדארט, קענענדיג באגליקן דעם ציבור מיט'ן אהערשטעלן בתים נאמנים פאר גוטע פרייזן, וואס דאס וועט זיין א שטאלץ פאר די גאנצע וועלט אז "קרית יואל" שטעלט אוועק אזא ניווא פון אפארדעבל דירות לטובת הציבור, וממנו ילמדו וכן יעשו בכל העולם!
אשריך קרית יואל.
Comments