דינסטאָג נאָכמיטאָג: העכער 6,000 סאַטמאַרער חסידים שוין געוואָרן שותפים מיט כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאַטמאַר שליט"א וועלכע האָט געגעבן די ערשטע 18 אלפים צום מגבית האדירה להעמידם
סאַטמאַר אַלוועלטליך – אַ פייער'דיגע התלהבות ברענט און קאָכט און פלאַקערט אין די הערצער פון תלמידי וחסידי סאַטמאַר אומטעטום אַריינטרעטנדיג אין די צוויי היסטאָרישע טעג פון מיטוואָך און דאָנערשטאָג במדבר, ווען סאַטמאַר וועט געבן אַ האַנט פאַר'ן ברודער אין מאָנסי, און פאַרזיכערן די ווייטערדיגע אויסנאַמליכע בליה און וואוקס פון די הייליגע מאָנסי מוסדות, וועלכע איז פון די שענסטע דיימאַנטן אינעם סאַטמאַרער קרוין.
די מאָנסי מוסדות ווארט אויף סאַטמאַר
מוסדות סאַטמאַר מאָנסי איז טאַקע אַ יונגע צווייגעלע פון די סאַטמאַרער מוסדות, זייענדיג בלויז 11 יאָר זינט די התחדשות המוסדות, אָבער איז פאָרט אויסגעשטיגן אַלס ריזן ריזיגע אימפעריע פון תורה ויראה, און אַ שטאלץ פאר סאַטמאַר איבער דער גארער וועלט! פון אַ קליינע מוסד מיט 80 קינדער 11 יאָר צוריק האַלט דאָס היינט ביי איבער 2,000 קינדער בליעה"ר, און די וואוקס מאַרשירט נאר פאָראויס.
אין די ערשטע יאָרן האָט די מוסדות געהאַט אומצאָליגע שווערע שטיינער אין וועג, וואָס דאָס האָט געברענגט אַז מ'האָט נישט געקענט אָנהייבן בויען בנינים, און ווען מ'האָט שוין ענדליך באַקומען די מעגליכקייט צו בויען, האָט מען תיכף געמוזט אַריינשפּרינגען אין אָסטראָנאָמישע בוי-פּראָיעקטן; 4 בנינים אדירים אין בלויז 4 יאָר, אויף קאָסטן פון באַלד 100 מיליאָן דאָלאַר, און דאָס קומט מיט אַ פּרייז פון דאַרפן באָרגן און דרייען מיט צענדליגער מיליאָנען צו קענען באַצאָלן די בוי-קאָסטן, אין די צייט וואָס דאָס פּאַראַלאַזירט די גאַנצע מוסדות ווירטשאַפט. איבריג צו זאגן אז מ׳קען אַזוי קיין מוסד ווייטער נישט פירן!
צו דעם קומט צו, די וואַקלדיגע עקאָנאָמישע מצב, וואָס פאַרשווערט אויפצוטרייבן גרעסערע נדבות, און צו באָרגן די גרויסע געלטער וואָס פאָדערט זיך, און ווען דאָס איז נאָך אין די צייט פון אַ אינפלאַציע וואָס האָט שטאַרק געהויבן די אַלגעמיינע דעפיציט פון די מוסדות, איז דאָס ממש אַ קריזיס'פולע מצב.
מוסדות לייגן זיך צוזאַם, סאַטמאַר וועט דאָס בעז"ה איבערקומען!
די געטרייע חברי הנהלת המוסדות וועלכע טראָגן שוין פאר 11 יאָר דעם עול המוסדות, שרייען יעצט אַז עס איז אַ מצב פון באו מים עד נפש, ס'נישט עפּעס אַ ווייטע חשש, נאר מ'האַלט שוין יעצט נאָכדעם וואָס עטליכע חרדי'שע מוסדות אינעם ראַיאָן האָבן פּשוט געמאָלדן אַז אויף קומענדיגע לערן יאָר איז זייער מוסד פאַרשלאָסן, פּשוט ווייל ס'נישטאָ די געלט צו קענען פאָרזעצן, אין סאַטמאַר איז בכלל נישטאָ אַזאַ קלער פון פאַרמאַכן, אָבער עס פאָדערט זיך אַצינד קריטיש ערענסטע דרויסנדיגע הילף למען עתיד קיום המוסדות!
מאָנסי אַפּעלירט הייס צו סאַטמאַרער חסידים איבעראָל: אנא, עמוד לימינינו וסמכינו! קומט אנטקעגן די הייליגע מוסדות ביי דעם איינמאלדיגן בקשה! מיר שטייען ב"ה הויעך, מיר ווילן קענען גיין העכער און ווייטער! העלפט אונז ערמעגליכן אַן עתיד פון בלי און וואוקס בסייעתא דשמיא!
אַ פרישע קאַפּיטל ווערט אַריבערגעמישט אין מוסדות סאַטמאַר מאָנסי
יעצט איז געקומען די מאָמענט ווען די עלטערן פונעם מוסדות האָבן זיך צוזאַמגענומען, שפּירנדיג אַ אויסטערלישע הכרת הטוב פאר די הנהלה פאַר'ן זיך איבערגעבן פאַר 'זייערע קינדער', איינמאָל פאר אַלעמאָל צו אונטערפּינען די מוסדות מיט'ן אַראָפּשטעלן אַ איינמאָליגע קאמפיין צו שאפן מיליאנען דאלארן אָנצופילן דעם לאָך וואָס מ'פּרובירט כסדר אויפצוקומען מיט פרישע געלטער דאָס צו קענען אָנפילן, און דערמיט איבערמישן אַ נייע קאַפּיטל פון "על מי מנוחות" אין דער מעכטיגער חינוך-אימפעריע פון "סאטמאר מאָנסי", וואָס וועט געבן עטוואָס הרחבת הדעת פאר די הנהלה צו קענען אַרבייטן אַהערצושטעלן פרישע קראַנטע הכנסות פאר די מוסדות.
סאַטמאַרער רבי שליט"א מיט פּערזענליכע 18 אלפים'דיגע נדבה
פאַרגאַנגענעם מיטוואָך בחוקותי העעל"ט ווען סאַטמאַר-מאָנסי איז אין אַ פאַראייניגטע שטימונג זיך צוזאַמגעקומען תחת קורת גג אחד צו אַ היסטאָרישע "אסיפה גדולה קיום המוסדות" ווי די חשובע עלטערן הורי המוסדות זענען געוואָרן אויפגעפלאַמט צום מאַקסימום אין בעפאָרגרייטונג צום מגבית האדירה, איז דער ציבור העכסט איבערראַשט געוואָרן מיט די פּערזענליכע אַכצן אלפים'דיגע נדבה וואָס דער רבי שליט"א האָט געשאָנקן אויפ'ן פּלאַץ.
אין די דברות קודש וואָס דער רבי שליט"א האָט משמיע געווען פאר די פאַרזאַמלטע פילקעפּיגער ציבור האָט דער רבי שליט"א פאַרציילט די באַקאַנטע סיפּור אַז ווען הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע איז אַמאָל אָנגעקומען אין אַ שטאָט און עס איז אָפּגעראָכטן געוואָרן אַ גרויסע קבלת פּנים ווי די אנשי העיר זענען אַרויסגעקומען אָפּגעבן די ריכטיגע כבוד, און פּלוצלינג האָט מען אויפגעפּאַסט אַז דער רבי ר' אלימלך איז נישט אויפ'ן וואגן, נאָר ער שטייט צווישן דעם גאַנצן ציבור וועלכע באַגלייט די וואָגן, האָט דער רבי ר' אלימלך געזאָגט אַז ווען ער האָט געזעהן די התלהבות ביים ציבור האָט ער אויך געוואָלט זיין אַ טייל דערפון דעריבער איז ער אויך אַריין צווישן ציבור באַגלייטן.
האָט דער רבי שליט"א געזאָגט אַז זעהנדיג די אויסטערלישע התלהבות וואָס הערשט ביים ציבור תושבי מאָנסי אויפצוטרייבן שטיצע פאר די מוסדות הקדושים, וויל ער אויך זיין אַ חלק דערפון און ער איז מנדב לכבודו פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סאַטמאַר-מאָנסי שליט"א די סומע פון אַכצן אלפים לטובת המוסדות.
תיכף נאָך די דרשה האָט דער רבי שליט"א במקהלות אלפים איבערגעגעבן די ריזן נדבה פאַר'ן מאָנסי'ער רב שליט"א, און דערמיט האָט דער רבי שליט"א אַראָפּגעשטעלט די ערשטע נדבה פאַר'ן גרויסאַרטיגן קאַמפּיין.
2.5 מיליאָן שוין אַריינגעגאָסן אינעם קאַמפּיין קאַסע, איידער'ן קאַמפּיין אָנהייב
אין אַ פּרעצעדענטלאָזע וואַרעמקייט וואָס הערשט ביים ציבור האָט די גרויסאַרטיגע להעמידם קאַמפּיין באַוויזן עפּעס אומגלויבליך, שטייענדיג נאָך געציילטע שעות איידער די אָפיציעלע קאַמפּיין ערעפענונג דעם קומענדיגע מיטוואָך 12:00 מיטאָג, איז שוין אַריינגעפלאָסן אינעם קאַמפּיין קאַסע גאַנצע 2.5 מיליאָן דאָלאַר דורך די פייערדיגע נדבות פון תלמידי וחסידי סאַטמאַר וועלכע ווערן שותפים אדירים אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צו פאַרזיכערן די עתיד וקיום מוסדות סאַטמאַר מאָנסי.
די ציפערן זענען ממש אומגלויבליך, מ'שטייט נאָך אַ שיינע פאר שעה אָפּגערוקט פונעם אָפיציעלע קאַמפּיין ערעפענונג און העכער 6,000 סאַטמאַרער חסידים האָבן שוין געשאָנקן פייער'דיגע נדבות פאַר'ן קאַמפּיין, דאָס וואַרפט אַ שטיקל ליכט אויף די אויסטערלישע וואַרעמקייט און ברענעדיגקייט וואָס הערשט ביים ציבור.
סאַטמאַרער פילאַנטראָפּן שענקן אָסטראָנאָמישע נדבות לכבודם פון די ראשי הקהלה והמוסדות
צווישן די גרויסע נדבות שיינט באַזונדער אַרויס די גרויסע נדבות פון צענדליגער טויזנטער וועלכע ווערט געשאנקן דורך די סאַטמאַרער ראה"ק והמוסדות, נגידים און פילאַנטראָפּן, לכבודם הרמה פון די סגל ראשי הנהלת ק"ק ומוסדות סאַטמאַר אין מאָנסי הרבני הנגיד ר' שמואל זאַנוויל ווערטהיימער הי"ו, הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף הי"ו, און הרבני הנגיד ר' רפאל פּערלמוטער הי"ו, וואָס די חשובע סגל ההנהלה זענען פון די גרעסטע שטיצער לכל קדשי בית סאַטמאַר, און אַצינד שפּירן די ראשי ונגידי סאַטמאַר אַ געלעגנהייט צו געבן אַ פּלייצע אויף צוריק פאַר'ן ברודער אין מאָנסי!
סאַטמאַר פּיילט אַרויף פרישע מיליאָנען צו מישן אַ נייע קאַפּיטל פאר מאָנסי!
מיט אַ ענטוזיאַסטישע שטימונג און אַ ברענעדיגע התלהבות, און קאָכעדיגע געמיטער שפּאַנען סאַטמאַרער חסידים אַריין אין די קלימאַקס פון די זעקס-און-דרייסיג-שעות וועלכע וועלן בעז"ה שאַפן היסטאָריע פאר מאָנסי, ווען די ביז יעצטיגע מיליאָנען'דיגע שטיצע וועט אַרויפגיין צו אַ פרישע דערהער, ווען סאַטמאַרער חסידים וועלן זיך אָנגאַרטלן צו שענקן שטאַרקע פינאַנציעלע און מאָראַלישע שטיצע פאר מוסדות סאַטמאַר מאָנסי.
מיט די מאַכטפולע שטאַרקע שטיצע וואָס יעדע סאַטמאַרער חסיד וועט געבן פאַר מאָנסי, וועט דאָס זיין בעז"ה אַ מעכטיגע שטופּ און שטויס-קראַפט אַז די הנהלת המוסדות זאָל קענען אַריבערמישן אַ פרישע קאַפּיטל, אַ בלעטל אַריבער פון די קאָנסטרוקציע פאַזע אַריבער צו די וואַקסנדע בליה און וואוקס קאַפּיטל, אן האָבן די ביז יעצטיגע חובות יאָך אויף די פּלייצעס.
גאַנץ סאַטמאַר קוקט אַרויס אויף די שטאַרקע הצלחה און סוקסעס פון די מאָנסי מוסדות אין די קומענדיגע טעג, ווען צו אַלעמענס אומבאַגרעניצטע פרייד וועט די שווערע האָרעוואַניע פון די מאָנסי מוסדות אין די לעצטע 11 יאָר באַקומען איר ריכטיגע פראַכט און גלאַנץ.
רופט אַריין צום להעמידם קאַמפּיין הויפּטקוואַרטיר845.498.1221, און זייט תורם אייער וואַרימע נדבה פאר די עתיד קיום המוסדות אין מאָנסי.
סאַטמאַר געבט אַ האַנט פאַר'ן ברודער אין מאָנסי מיט מיליאָנען פאר די עתיד קיום המוסדות, היינט מיטוואָך און דאָנערשטאָג במדבר!
Comments