top of page

נישט נאר רבי משה לייב סאסובער זי"ע... א פדיון שבויים פלאַקער צושפרייט זיך בעת "פודה" קאַמפיין פון "מרכז עזרה יעוץ" שאָקלט הרגשים ביי אנשי שלומינו אומעטים

די פיבערהאַפטיגע טאג טעגליכע ווירקליכע פדיון שבויים און הצלה משמד אַקטיוויטעטן פונעם באַרימטן "מרכז עזרה ויעוץ", שענקט זכי' פאר יעדן סאטמארער איד צו ווערן א פודה שבויים, פון די ביטערסטע טורמעס "בשבי הציוני" און פון שמד ממש

"איך בין אַ פּודה": יעדער וועט זיין אַ פּודה שבויים דורך זיך אָנשליסן מיט 250$ אויסצולייזן אַ נפש - "בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִיל"

נאך און נאך: 7'טער מרכז אפיס עפנט זיך אין שטאט אשדוד! נאכצוקומען ענדלאזע רופן נאך הילף!

מיט הייליגע געפילן מקיים צו זיין די אומבאַשרייבליך גרויסע מצוה פון "פדיון שבויים", באַגלייט מיט'ן מלחמה לה' בעמלק מדור דור'דיגן קאַמף קעגן דעם קליפת הציונות, וועלן זיך אלפי אנשי שלומינו אנשליסן מיט פלאַקערדיגע הערצער אין די אומגלויבליכע רעטונגס אַקטיוויטעטן וואס שפּילן זיך אָפּ רונדע דעם זייגער צווישן די ווענט פון די שוין היינט באַרימטע "מרכז עזרה ויעוץ" אָפיסעס, וועלכע שפּרודלען מיט הצלת נפשות אַקטיוויטעטן אָפּצוראַטעווען בחורי ואברכי ישראל מגזירת הגיוס וכלא הציוני, וואוינענדיג ליידער אונטער'ן שלטון העירוב רב וואָס לאָזט נישט נאָך פונעם לאַנגיעריגן קריג קעגן ערליכע אידן.

שטייענדיג אצינד אין יאָר תשפ"ד, קנאַפּע עלף יאָר נאכדעם וואס דער ערשטער "מרכז עזרה ויעוץ" אָפיס איז געגרינדעט געווארן בעיה"ק ירושלים, איז איבעריג צופיל מאריך זיין איבער די הייליגע פעולות וועלכע שפּילן זיך אָפּ מדי יום ביומו אין די דאָזיגע זיבן הצלת נפשות אָפיסעס. עס לאָזט זיך באַשיינפּערליך זאָגן אַז "בכל הארץ יצא קום ובקצה תבל מליהם", עס איז שוין מפורסם איבער די גאַנצע וועלט, בפרט צווישן תושבי ארצינו הק', אַז סיי ווער עס שטויסט זיך אָן אין פּראָבלעמען מיט'ן ציוני'סטישן מיליטער, צי אַזעלכע וואס טרעפן זיך ליידער אַרעסטירט בין כותלי הכלא הציוני, די ציווילע אָדער מיליטערישע טורמעס, איז פאַראַן איין אַדרעס פאַר הילף: מרכז עזרה ויעוץ!

אבער כאָטש וואס אירע אַקטיוויטעטן זענען שוין טאַקע באַקאַנט פאַר נאָנט און ווייט, און אין אַ געוויסן זין האָט מען זיך שוין צוגעוואוינט דערצו, 'עס קומט שוין אַזוי' אַז דער מרכז עזרה ויעוץ זאל פונקציאָנירן טאָג נאָך טאָג, יאָר נאָך יאָר, און עס איז נישט מער ווי נאָרמאַל אַז די עסקנים זאָלן זיצן קאַמפסגרייט און אויפנעמען טעגליך צענדליגער בחורים און יונגעלייט וועלכע ווענדן זיך פאַר הילף בעת צר - איז ביז נישט אזוי לאנג צוריק דאָס נישט געווען דער פאַל. איידער דער מרכז איז געגרינדעט געוואָרן האָבן זיך פילע געפילט אויפ'ן וואַסער, און מען קען זאָגן מיט רעכט אז דער גרינדונג פונעם מרכז עזרה ויעוץ האָט דראַסטיש געטוישט דעם מציאות לטובה אויף אַן היסטאָרישן פאַרנעם.

בגלות ישראל: די פאַרפּלאָנטערנישן מיט'ן טמא'נעם מיליטער

וויפיל מען הערט און ליינט איבער'ן מצב אין ארץ ישראל, איז ווירקליך שווער פאַר אַן אַמעריקאַנעם איד זיך אריינצולייגן אין די שיך פון אַן ארץ ישראל'דיגן איינוואוינער, וויבאַלד מיר וואוינען ב"ה אין א מלכות של חסד וואו קיינער זוכט נישט צו לאָקערן אונז אריינצושליידערן אין די טורמעס. אָבער פאָרט איז אַ פאַקט, אַז אין דאָס לאַנד וואס פאַררופט זיך גאָר אַלס 'מדינת ישראל' ווערן בחורים און יונגעלייט טאָג טעגליך אַריינגעשליידערט אין די טורמעס, און ווערן באַקריוודעט פון סיסטעמאַטישע רדיפות און פאַרפאָלגונגען צוליב דעם געזעץ וואס לויטעט אַז יעדער בירגער מוז רח"ל גיין דינען אינעם טמא'נעם מיליטער, דער שמעלץ טאָפּ פון די איזראַעלי געזעלשאַפט מיט אַלע איבלען וואס דאס טוט פּרעזענטירן.

ריכטיג, עס איז טאַקע פאַראַן אַ לעגאַלער אויסנאַם פאַר בני ישיבות וועלכע קענען באַקומען אַ 'דיחוי' נישט צו דאַרפן דינען אין מיליטער (אגב, דער ציוניסטישע בג"צ טוט אין די יעצטיגע טעג באַהאַנדלען די לעגאַליטעט דערפון, און אויב עס ווערט גע'פּסל'ט קען לויערן אַ באלדיגע גיוס געפאַר אויף צענדליגער טויזענטער בני הישיבות והכוללים), אָבער נישט יעדער קען דאס נאָכקומען, און הונדערטער פאַלן ליידער אדורך אין זייערע פּרואוון צו באקומען א 'דיחוי' אָדער אַ 'פּטור', וואָס דאָס טוט באַדייטן אז מען איז נישט אין אָרדענונג מיט'ן מיליטער, און ווען עס גייט פאַרביי אַ באַשטימע צייט וואס עס ווערט נישט ערלעדיגט קען מען ווערן אַריינגעשליידערט אינאיינעם מיט נידריגע עלעמענטן אין די טורמעס.

נישט ווייניג מאָל פּאַסירט אַז דער אַרעסטירטער איז גאָר אַ יונגערמאן וואס האַלט פּונקט נאָך זיין חתונה, און די יונגע עקרת הבית בלייבט אַליינס אינדערהיים אין שנה ראשונה, אינדערצייט וואס די דזשאנדארן האָבן פאַרשלעפּט איר חתן, איר מאַן, אונטער שלאָס און ריגל, און די פּחד און פאַרלוירנקייט איז עד לב השמים. עס קען אפשר אויסקוקן ווי אַן אַמאָליגע געשיכטע פון די מיטל אַלטער יאָרן, אבער דאס איז א מציאות וואס שפילט זיך כסדר אָפּ אין ארץ ישראל, טאַקע היינט צוטאָגס בשנת 2024 למס', און מען זיך דאס זעלבסט איבערצייגן דורכ'ן אריינשפאצירן אין איינע פון די 'מרכז עזרה ויעוץ' אָפיסעס.

אויך טויזענטער אַנדערע ראשי משפחות וואס קומען נישט אָן עד כדי כך, גייען אָבער אויך אַריבער א ביטער שווערע תקופה מיט יעדעס קינד באַזונדער ביז ער באַוויזט זיך אָפיציעל צו פּטר'ן פונעם מיליטער דינסט. דאָס איז אַ שווערע טראומאטישע אָפּקומעניש, און אָפטמאָל דאַרפן זייערע בחורים זיך אויסבאַהאַלטן מיט פחד און שרעק פון יעדן פאליציאנט אין לויף פון לאַנגע חדשים, ווען אין אַ ליאַדע מינוט קען זיך דער אומשולדיגער בחור'ל טרעפן מיט קייטן אויף די הענט און פיס.

דאַן זענען אויך פאַראַן אַזוינע בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען נישט געקנאטן פון אונזער טייג, און האבן ליידער נישט די כוחות אַדורכצוגיין אַ פראצעדור צו ווערן 'פּטור', און פאַלן ליידער אַריין אינעם טמא'נעם מיליטער רח"ל, אבער נאכ'ן זען דעם ביטערן מצב דאָרט קומען זיי צו לויפן און שרייען 'הצילנו', וואס קען זיך צומאל גרעניצן מיט א זאָפאָרטיגע אַרעסט באַפעל פאַר'ן זינד פון זיך אַרויסדרייען פון מיליטער דינסט. אין נישט ווייניג פעלער ווערן זיי פאַקטיש פארכאפט און אריינגעשליידערט אין די פינסטערע מיליטערישע טורמעס אויף לאַנגע וואָכן, וועלכע זענען אָפטמאָל נישט קיין קלענערע מקום טומאה ווי די מיליטער זעלבסט.

פּדיון שבויים: די געטרייע מצילים אין די 'מרכז עזרה ויעוץ' אָפיסעס

אַז מען ליידט ווי ביי די אַמאָליגע שונאי ישראל, דארף מען דאָך האָבן די אַמאָליגע פּודים, די פודי שבויים, פשוטו כמשמעו, און דאס זענען טאַקע די מסירות נפש'דיגע עסקנים וואס זיצן יעדן איינציגן טאָג אין די מרכז עזרה ויעוץ אָפיסעס אין ירושלים, בני ברק, צפת, בית שמש, אלעד, און לעצטנס אויך דער נייער אָפיס אין שטאָט אשדוד, און זענען עוסק אין די הייליגע מצוה פון "פדיון שבויים" אין פולן זין פון וואָרט!

 די אָפיסעס פיבערן מיט אַקטיוויטעטן פון צופרי ביז ביינאַכט, מיט'ן ציל אַרויסצוהעלפן די אַלע באַטראָפענע בעצה ובמעש, מיט טאַט און ראַט, און די ריכטיגע באַגלייטונג געוואנדן לויט די מציאות אין יעדע ספּעציפישע פאַל. די ווענט פון די אַלע הייליגע אָפיסעס זענען דורכגעזאַפּט מיט'ן אויפרעכטן אידישע נפשות, און ווען זיי וואלטן געקענט רעדן, וואָלטן זיי געהאַט אַסאַך צו דערציילן איבער די פעולות גדולות חובקות זרועות עולם וועלכע שפּילן זיך דאָרט אָפּ.

איינמאָל אַ קעיס קומט אַרויף אויפ'ן טיש פון די געטרייע מצילים, וועלן זיי נישט איינזיצן און רוען ביז עס ווערט ערלעדיגט אויפ'ן בעסטן אופן, זיי וועלן איבערדרייען וועלטן, רוקן ווענט, ביז עס ווערט מסודר על צד היותר טוב. די עסקני מרכז עזרה וועלן קאָנפערירן צווישן זיך ווי אַזוי צו באַהאַנדלען דעם פאַל, און ווען עס פעלט אויס ווען מען אויך ספעציעל דינגען אַן אַדוואָקאַט, אַלעס כדי זיכער צו מאַכן אַז דער באַטראָפענער ווערט ווי שנעלער געהאָלפן און באַפרייט בעוד מועד.

עס שרייבט זיך גרינגער ווי געטון, נישט שטענדיג איז עס די לייכסטע אויפגאַבע, אַמאָל איז עס טאַקע פאַרהעלטנמעסיג גרינג און מען קען ערלעדיגן אַ שנעלע באַפרייאונג, אָבער אין אַנדערע פעלער קען עס זיין ביטער שווער, דאָס קען אַריינרעכענען לאַנגע קאָמפּליצירטע געריכטן, אָדער דאַרף מען לאָזן אין גאַנג פאַרשידענע קונצן, אָבער הצד השוה שבהן, אַז מען וועט זיך צופליקן פאַר זייער באפרייאונג ווי אַמשנעלסטן מעגליך, "גם כי אלך בגיא צלמות" זענען די געטרייע עסקנים דאָרט צו די האַנט ביז די פּאָזיטיווע אויסגאַנג בסייעתא דשמיא, ווען זיי גיסן אַריין הויפענס חיזוק אין די באַטראָפענע פאַמיליעס אַז די ישועה איז שוין נישט ווייט, אָט אָט און מען וועט פּטור ווערן פון די פּראָבלעמען.

"יעדער ווערט אַ פּודה": דער קאַמפּיין איבער די סאטמארע צענטערן

עס איז איבעריג צו באַטאָנען אַז די אלע הצלה אַקטיוויטעטן פאסירן נישט פון זיך אַליינס, יעדע ריר קאָסט אָפּ שווערע געלטער, אַריינגערעכנט אויפהאלטן די אָפיסעס; באצאלן מאָגערע געהעלטער פאַר די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש; אויפנעמען אַדוואָקאַטן, און פאַר דעם צוועק איז פּראָקלאַמירט געווארן דער ספעציעלער "פּודה קאַמפּיין", וועלכע איז שוין געלאָזט געווארן אין גאַנג פּרשת בהעלותך אין די שטאט באָראָ פּאַרק, און דורכאויס די וואָך פון פרשת שלח וועט קומען די רייע אויף די קרית יואל'ער איינוואוינער צו האָבן דעם געוואַלדיגן זכי' זיך אָנצושליסן אלס "פּודה" פאַר די סומע פון 250$ אויסצולייזן אַ נפש מצפרני הרשעים. דערנאָך וועט דער קאַמפּיין ווייטער פאָרזעצן צו די איבעריגע סאַטמאַרער צענטערן, מיט'ן ציל אָנצושליסן יעדן איינעם בגודל המצוה.

"ראה זה חדש": אין די ראַמען פונעם היי-יעריגן "פּודה קאַמפּיין" וועט צום ערשטן מאל געשאָנקען ווערן אַ זעלטענע געלעגנהייט פערזענליך צו באַגלייטן אַ קעיס מהחל ועד כלה, ווען פאַר'ן ביישטייערונג פון די סומע פון אַכצן הונדערט דאלאר קען מען ספאנסערן א לייוו-קעיס, וואָס באַדייט אַז ווען עס אַרויפקומען א קאָמפּליצירטע קעיס אויפ'ן טיש וואס פאַרלאַנגט דער אינטערווענץ פון אַן ערפאַרענעם אַדוואָקאַט (וואס קאסט געווענליך די סומע פון אַכצן הונדערט דאלאר), וועט דער נדבן אינפאָרמירט ווערן מיט אלע רעלעוואַנטע דעטאַלן און איינצלהייטן, ביז צום צו די האָפנטליכע גוטע און שנעלע אויסגאַנג.

תושבי קרית יואל שאו ידיכם קודש! יעדער וויל זיין, קען זיין, וועט זיין אַ פּודה!



Comentarios


bottom of page