top of page

נייע גרויסע "פארקינג לאט" צוגעלייגט צו דערשטרייטן פלייץ פון אלפי לומדי ומתפללי ביהמ"ד הגדול והיכל "זכרון יחיאל מיכל" אין סאטמארע קרית ויואל משה

מיט גרויס פרייד ווערט געמאלדן די גינסטיגע נייעס, אז כדי נאכצוקומען דעם פלייץ פון אומצאליגע באי בית ה', וועלכע באלאגערן דעם ריזן בית הגדול והקדוש שמגדלין בו תורה ותפלה, דער ביהמ"ד "זכרון יחיאל מיכל" אינעם "סאטמארער איחוד קאנטערי" וואס שטייט גרייט אלע שעות פון טאג לעסק התורה ועבודת התפלה וגמילות חסדים אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, האט די הנהלת הקרי' אויף היי יאר צוגעלייגט א נייע "פארקינג לאט" סמוך ונראה צום בנין הביהמ"ד, וואס וועט האפענטליך דערשטרייטן דעם פלייץ פון די אלפי לומדים ומתפללים דורכאויס'ן זומער.

דער מעכטיגער בנין ביהמ"ד והיכל התורה "זכרון יחיאל מיכל" איז דער גולת הכותרת פון די קאנטרי. דער גרויסער בנין שמ'ט אין די גאנצע קעטסקילס אלס דער מקום מיוחד שמגדלין בו תורה ותפלה, מן הבוקר ועד הערב, פון די פריע פארטאגס שעה'ן ביז אין די טיעפע נאכט שטונדן, אין לויף פון אלע זומער וואכן. אין לויף פון די לעצטע יארן איז דער בנין מפואר אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות פאר א ריזן פלייץ פון אידן פון די גאנצע געגנט; אלס פעסטונג פאר עסק התורה אין לויף פונעם גאנצן זומער, צענדליגער שיעורי תורה ברבים, און הונדערטער חברותות לעסק התורה במשך רוב שעות פון טאג און די נאכט, הונדערטער מנינים לתפלה בציבור, די שבתות קודש מיט א העכערן גייסט, און די ריזן סכומים פאר צדקה וחסד וואס גייט ארויס פון דעם בנין, אלעס איז ממש וועלט בארימט.

יעדן אינדערפרי און אווענט, ובעיקר אין די ימי ערבי שבתות און זונטאג'ס, ווערט דער ריזן "פארקינג לאט" ממש פארפלייצט מיט הונדערטער אויטא'ס וואס קומען מקרוב ומרחוק צו לערנען און דאווענען אין דעם גרויסן בנין. עס האט דערגרייכט צו א מצב אז עס נעמט א לאנגע וויילע צו טרעפן א מקום מנוחה. דעריבער האבן די געטרייע חברי הנהלה אין די לעצטע יארן זיך אריינגעלייגט אין דעם פראיעקט צו טרעפן א לעזונג, און בחסדי ה' האט מען אויף היי יאר שוין צוגעלייגט א נייע "פארקינג לאט", אויף דעם גרויסן שטח הארט נעבן די מקוה, וואו עס איז צוגעקומען איבער 100 נייע פארקינג פלעצער, צו לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ און ברענגען הרחבת הדעת פאר די באי בית ה'.





Comentários


bottom of page