top of page

משגיחי כשרות פון אריבער 10 סאטמארע זומער קעמפ'ס הערן וויכטיגע אנווייזונגען פארן זומער סעזאן דורך "וועד משמרת הכשרות" דקיט"ל וויליאמסבורג

וויכטיגע אסיפה פאר די אלע משגיחי כשרות פארגאנגענעם מאנטאג בהעלותך העעל"ט אינעם  לשכת בית הוראה דקיט"ל ד'סאטמאר אויף העיווארד סטריט

אין די יעצטיגע טעג זיך גרייטענדיג צום היי יעריגן זומער סעזאן, ווען די טויזענטער תלמידים ותלמידות מוסדות סאטמאר פארן ארויס וויילן אויף די קעטסקיל בערג פאר די קומענדיגע צוויי חדשים, פארמאגט דער "וועד משמרת הכשרות" א באזונדערע שטאב פון משגיחים וועלכע שטייען על המשמר און שטייען על המשמר עס זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול אין די כשרות המאכלים פון די קיכן אינדערהאלב די קעמפ'ס.

די אסיפה איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג בהעלותך העעל"ט אינעם נייעם לשכת בית הוראה דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף העיווארד סטריט.

די אסיפה איז איינגעלייטעט געווארן דורך הרה"ג ר' יחיאל גוטמאן שליט"א מרמ"י ישיבה לצעירים ד'סאטמאר.

דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר יוסף גראס הי"ו, יושב ראש וועד משמרת הכשרות, וועלכע איז פאר א לענגערע וויילע אריבער אלע וויכטיגע הוראות און אנווייזונגען וואס עס זענען נוגע צו וויסן פאר די אלע משגיחי כשרות פארן זומער.

שפעטער האבן זיך פארמירט שיינע הלכה'דיגע שמועסן צווישן די משגיחי כשרות און די רבני הוועד ווי די משגיחים האבן אויסגעקלארט אלע זייערע קשיות און ספיקות, און עס איז אויסגעקלארט געווארן דורך די רבנים שליט"א.

לדעת את המעשה אשר יעשון.



Comments


bottom of page