top of page

מטבע: "א רעוואלוציע אין צדקה" גרונטליכע אריינבליק אלעס ארום די מטבע צדקה קארטל






 מיט קנאפע צוויי יאר צוריק איז דאס נייער מטבע צדקה קארטל געמאלדן געווארן פאר'ן היימישן ציבור, און דורכאויס דער רעאלעטיוו קורצער תקופה האט זיך דאס קארטל פארשפרייט ווי א ווינט.

טויזנטער אידן האבן אנטדעקט אז דאס טוט פילפאכיג פארגרינגערן און פארשנעלערן דאס געבן צדקה, ווען דערביי קען מען האלטן א קלארער און גרינגער חשבון אויף יעדן צענט וואס מען האט געגעבן פאר צדקה, אינאיינעם מיט א טוץ פון סאפיסטיקירטע אפציעס וואס קומען צו כסדר צו דעם קארטל ווי שפעטער אויסגעשמיסט.

.

מטבע: גרינג, שנעל, און מיט א חשבון

לאמיר צוערשט אנהייבן מיט די לעצטע נקודה, "מיט א חשבון". ווען איינער עפנט א מטבע צדקה קאנטע, טוט עס אטאמאטיש פילפאכיג פארגרינגערן צו האלטן חשבון אויף די מעשר, און בכלל אויף וויפיל צדקה מען האט געגעבן, וויבאלד מען קען אריינלייגן אנהייב פונעם וואך אדער חודש די פונקטליכע סומע וואס מען וויל פארטיילן פאר צדקה, און יעדע צענט וואס מען טיילט ווערט אריינגעלייגט אינעם חשבון.

יעדע מטבע באנוצער באקומט א מטבע קאנטע וואו ער פארמאגט אלע סערוויסעס ווי א געווענליכער באנק. מען קען זען א קלארער באריכט פון אלע נדבות, און זען מיט א קלארקייט וואו די געלט איז אריין און ארויס.

אלס א חלק פונעם ציל אז מען זאל קענען האלטן חשבון, פארמאגט דער מטבע קארטל גאר א פארגעשריטענע אפציע פאר איינער וואס וויל נישט געבן א גרויסע סומע צוויי מאל פאר דעם זעלבן צוועק, אבער עס איז אים שווער צו האלטן חשבון צו געדענקען צו ער האט שוין געגעבן פאר דעם ארגענעזאציע. אז מען קען אנשטעלן אז דער קארטל זאל דערקענען צו מען האט לעצטנס געגעבן פאר דעם ארגענעזאציע אדער גבאי צדקה, און עס וועט אטאמאטיש געבן א קלענערער סומע.

דאס איז חוץ פונעם פאקט אז מען קען סיי ווען שיקן א טעקסט מעסעדזש און צוריק באקומען אן אטאמאטישער מעסעדזש מיט א באריכט פון וויפיל געלט עס איז נאך דא אין די מטבע קאנטע דורכן טעקסטן ""bal, אדער "balance" צו "718-333-1010", און מען קען אנשטעלן אז יעדעס מאל וואס עס גייט ארויס מער ווי א געוויסע סומע זאל מען באקומען אן אלערט מעסעדזש אז מען האט געגעבן א גרעסערער נדבה.

די אלע פונקציעס ערמעגליכן אז מען זאל קענען האלטן א פונקטליכער חשבון און האבן א פולקאמער קאנטראל אויף אלע 

צדקות און נדבות.

אגב, איז וויכטיג צו ארויסברענגען אז לויט פילע פוסקים איז דאס דער גרעסטער הידור אינעם מצוה פון מעשר, וויבאלד דער הויפט געדאנק פון מעשר איז צו אפשיידן א צענטל פון די פארדינסטן פאר צדקה, און עס איז נישט פארהאן קיין גרעסערע און שטארקערע וועג פון אפשיידן געלט ווי צו אריינלייגן די מעשר אינעם מטבע 

קאנטע.

 אינעם פעלד פון מאכן דאס געבן צדקה שנעל און גרינג, איז דער מטבע קארטל אויך א רעוואליציאנער.

דער פאקט אז דער סומע איז אנגעשטעלט פון פאראויס און מען דארף בלויז צולייגן דעם עק פונעם קארטל איז עפעס וואס 

טוט פילפאכיג פארשנעלערן די גאנצע געבן צדקה, און עס איז פשוט, גרינג, און שנעל."



חידושים על גבי חידושים

חוץ פונעם פאקט אז דער גאנצער געדאנק פונעם קארטל איז א זעלטענער חידוש. פארמאגט דער קארטל נאך א צאל פארגעשריטענע אפציעס פאר די באנוצער.

צום ביישפיל דער אפציע וואס ווערט גערופן "ווירטואלע קאנווערט" וואס דאס איז געמאכט פאר איינער וואס איז נאכנישט זיכער וויפיל געלט ער וויל מנדב זיין פאר א ספציפישער צוועק, שטעלט ער אן אז בשעת'ן סווייפן דעם קארטל זאל נאכנישט ארויסגיין דאס געלט, נאר ער זאל באקומען א פארלאנג פונעם גבאי צדקה אויף זיין מטבע קאנטע, און סיי ווען ער גייט אריין צו זיין קאנטע קען ער גלייך ענטפערן דעם פארלאנג און אנפולן דעם קאנווערט פונעם גבאי צדקה מיט וויפיל געלט ער באשלוסט.

נאך א אינטערעסאנטער אפציע פאר איינער וואס קען נישט באשלוסן וויפיל געלט צו געבן פאר א צוועק, איז דאס וואס מען קען אריינלייגן א מינימום און א מאקסימום סומע וואס מען וויל געבן, און עס ארבעט ווי א גורל, אז דער מאשין טוט פון זיך אליינס אויסקלויבן עפעס א סכום צווישן דעם מינימום און מאקסימום סומע.

באזונדער קען מען אנשטעלן אז איינער פון די פיר עקן זאל נישט פארמאגן קיין פאראויס באשטומטער סומע, און מען זאל דארט קענען אריינלייגן א אייגענע נומער. וואס דאס איז עפעס וואס מען קען אויך טון דורכן סווייפן דעם קארטל.

 דער גרעסטער חידוש פונעם קארטל איז נאך דער פאקט אז די אלע פילצאליגע סערוויסעס און געשמאקע ערפארונגען פונעם 

קארטל זענען גענצליך אומזיסט פארן נדבן, און עס קאסט נישט קיין פרוטה.

דער גאנצער פראיעקט ווערט פינאנצירט דורכן אראפנעמען א קנאפע 2.9 פראצענט פונעם נדבה, וואס איז בערך דאס זעלביגע פון וויפיל א געווענליכער קרעדיט קארטל נעמט אראפ פון א יעדע טרענזעקשאן. און אנדערש ווי די קרעדיט קארטלעך פארמאגט מטבע נישט קיין מינימום אפצאל פאר יעדע טרענזעקשאן.

ווען מען געט צדקה מיט א געווענליכער קרעדיט קארטל קאסט עס צוויי מאל געלט פונעם ארגענעזאציע, וויבאלד זיי בעטן א טרענזעקשאן אפצאל פון אומגעפער דרייסיג צענט, וואס דאס איז א באשטימטער פרייז וואס איז נישט געוואנדן אין די סומע פונעם נדבה, און דערנאך נעמט דער קרעדיט קארטל פירמע אראפ אומגעפער דריי פראצענט פון די גאנצע נדבה. דאס באדייט אז ווען איינער גיבט פופציג צענט פאר צדקה מיט א קרעדיט קארטל, איז שטארק מעגליך אז דער ארגענעזאציע האט דערלייגט געלט דערפון. אבער ביים מטבע רעכנט נישט די דרייסיג צענט פאר יעדע נדבה, וואס דאס באדייט אז ווען איינער איז מנדב איין דאלער מיט א מטבע קארטל וועט דער ארגענעזאציע אדער גבאי צדקה באקומען 97 צענט דערפון, אבער אויב איז עס מיט א קרעידט קארטל וועלן זיי בלויז באקומען אומגעפער 60 צענט.

אלזא די מטבע קארטלעך זענען פאר די בעסטע אינטערעסן סיי פאר די נדבנים און אויך פאר די ארגענעזאציעס וועלכע געניסן פונעם פאקט אז עס גייט אראפ ווייניגער געלט ווי ביים נוצן א קרעדיט קארטל.

 אזוי אויך איז אוועקגעשטעלט אז מען זאל קענען נאכקוקן די לעצטיגע נדבות דורך אן אטאמאטישער טעקסט מעסעדזש 

סיסטעם, וואס דאס פארשפארט פון דארפן אריינרופן און רעדן מיט א איינגעשטעלטער.

בכלל איז די גאנצער מטבע טעקסט מעסעדזש סיסטעם גאר פארגעשריטן, ווי צום ביישפיל אז מען קען שיקן א מעסעדזש אז מען וויל אריינלייגן נאך געלט אינעם מטבע קאנטע דורכן טעקסטן ""dep, אדער "deposit" צו "718-333-1010" און עס וועט אטאמאטיש אריבערפירן דעם פארלאנגטער סכום פון אייער פערזענליכע באנק צום מטבע קאנטע.

אלזא, מטבע טוהט אלעס אין אונזער מעגליכקייט אז מטבע זאל בלייבן גענצליך בחנם פאר די באנוצער, און אנהאלטן דעם סטאטוס פון דער סאמע ביליגסטע אפציע פון באקומען דיגיטואלע נדבות פארן מוסד אדער ארגענעזאציע.



מטבע אין קורצן

פאלגענד איז א קורצע איבערבליק אויף די פילע אפציעס און בענעפיטן פונעם מטבע קארטל וואס טוט פילפאכיג פארגרינגערן און דערלייכטערן דאס געבן צדקה:

פאראויס אנגעשטעלטע סומע: ביים מטבע קארטל קען מען אנשטעלן פון פאראויס די עקן פונעם קארטל אז ווען מען לייגט עס צו א קרעדיט קארטל מאשין 

זאל עס אטאמאטיש געבן א באשטומטער סומע, וואס דאס טוט פילפאכיג פארשנעלערן דאס געבן צדקה.

מטבע קאנטע: יעדער מטבע באנוצער באקומט א פארגעשריטענער ווירטואלע קאנטע וואו ער קען זען און מיטהאלטן פונקטליכע באריכטן 

פון אלע געלטער וואס ער האט אריינגעלייגט און אלע נדבות וואס ער האט געגעבן. דאס ערמעגליכט צו קענען האלטן א פונקטליכער חשבון אויף אלע צדקות.

איין מאל פאר א צוועק: א ספעציעלער אפציע איז דאס וואס מען קען אנשטעלן דעם קארטל אז עס זאל דערקענען צו מען האט געגעבן א סומע פאר 

דעם צוועק אין די לעצטע תקופה, און עס זאל דאס צווייטע מאל געבן ווייניגער.

מינימום ביז מאקסימום גורל: א אינטערעסאנטע אפציע פאר מענטשן וואס קענען נישט באשלוסן וויפיל זיי ווילן געבן, אז זיי קענען אנשטעלן א מינימום און מאקסימום סומע, און דער מאשין וועט פון זיך אליינס אויסקלויבן א סומע וואס איז ערגעץ אינצווישן די מינימום און מאקסימום.

ווירטואלע קאנווערט: דאס איז א אפציע וואס מען קען אנשטעלן אז ביים צולייגן דעם קארטל צום מאשין זאל דער נדבן באקומען א פארלאנג פון 

דעם אנגעשטעלטער סומע, און שפעטער ביים איבערגיין די חשבונות קען ער אריינלייגן די סומע.

Decline prevention: דאס איז א אפציע וואס מען קען אנשטעלן אז יעדער נדבה זאל אדורכגיין, און אויב עס איז א גרעסערע נדבה ווי דער באלאנס אינעם מטבע קאנטע, זאל עס אטאמאטיש אריבערפירן געלט פונעם באנק קאנטע צום מטבע קאנטע.

דאס איז נאר א טייל פון די סאפיסטיקרטע אפציעס פונעם מטבע קארטל. די אלע סערוויסעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך בחנם, און עס נעמט נישט מער ווי עטליכע מינוט צו אפנעמען און אקטיוויזירן א מטבע קארטל אין אלע קאמפיוטער קיאסק לאקאלן אין אלע היימישע געגנטער.





 

Comments


bottom of page