די כח ההוראה אין שטאט קרית יואל איז נעכטם פארשטערקערט געווארן מיטן אויפנאמע פון נאך פרישע צוויי מורי צדק תלמידי חכמים מופלגים ומרביצי תורה ה"ה הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א, און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א, וועלכע וועלן דינען אלץ מורי הוראה אינדערהאלב די באקאנטע בית הוראה דקהל יטב לב אין קרית יואל וועלכע וועלן שטיין גרייט צו ענטפערן שאלות פאר די טויזענטער תושבי ק"י.
נעכטן מוצאי שבת קודש איז בביתו נאווה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגעקומען א באשיידענע מעמד התמנות פאר די צוויי פרישע מורי צדק.
עס זענען אנוועזנד געווען ראשי קהלתינו הק' און די משפחות פון די נייע דיינים,און ראשי הנהלת בית הוראה.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מארה"ק, וועלכע האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה ווען מען זעט וויאזוי די כוחות הוראה אין שטאט פארברייטערט זיך און צוואקסט זיך אויף אזא גרויסע פארנעם.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נייע דיינים ובני משפחתם,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די דיינים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
Comments