top of page

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באדאנקט זיך פאר די צענדליגער עסקני קהל יטב לב וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון דער ריזן מעמד הדלקה רבתי אין קרית יואל


פארגאנגענעם מאנטאג בחקותי בעת די זמני כניסה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, זענען אריין בקודש פנימה די צענדליגער ראשי העסקנים דקהל יטב לב וועלכע האבן אנגעפירט מיטן ריזן דערהויבענעם מעמד הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי מיט די באטייליגונג פון רבבות אלפי ישראל.

עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - פרעזידענט דקהל יטב לב וועלכע האט אויסגעשמועסט די פילע פרטים וואס זענען אריין אינעם מעמד און בפרט איבער די ריזיגע צאל מאכלים און משקאות וואס זענען פארטיילט געווארן פאר די צענדליגע טויזענטער אידן.

דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די פארזאמעלטע עסקנים איבער די ארבעט וואס איז אריין אהערצושטעלן דער מעמד האדיר.

דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים.

אין אנדערע נייעס איז ארויסגעלייגט געווארן א מודעה מטעם קהל יטב לב צו איבערגעבן קאמענטארן אין פידבעק וויאזוי נאך מער צו פארבעסערן און פארשענערן דער מעמד האדיר.

וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור










Comments


bottom of page