אנשי שלומינו אין ירושלים האבן מיטגעלעבט פארגאנגענעם דאנערשטאג פארנאכט א שיינע הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריין געגעבן אין בית מדרשינו הגדול ברך משה נדבת לבו הטוב פונעם נדבן הרה"ח ר' ישראל ארי פישער הי"ו מראשי קהלתינו אין בארא פארק.
דאנערשטאג אינדערפרי איז דער נדבן מיט זיין משפחה אריבער למעון קדשו פון פוסק הדור מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ווי דער רב שליט"א האט אריין געשריבן א אות אינעם ספר תורה.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען כתיבת האותיות אין שטוב פון הרה"ח ר' שמואל זנוויל פויגל הי"ו מנהל הכולל, ווי הונדערטער חברי הקהילה בראשות הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א זענען געקומען אריין שרייבן א אות אינעם ספר תורה, מיט א ספעציעלע כבוד האט מען אויפן פלאץ אויפגענומען דעם גאסט הטפסר המרומם ר' אברהם בראך הי"ו, וואס געפינט זיך די טעג אין ירושלים עיה"ק צו ענדיגן די לעצטע פלענער פונעם בנין הגדול והמפואר דקהל יטב לב ירושלים.
ארום 7 אזייגער פארנאכט איז די ספר תורה ארויס בתופים ומחולות אין די ירושלימ'ער גאסן ווי הונדערטער ילדי תשב"ר פון מוסדות יטב לב ירושלים אין שפיץ פון זייערע מלמדים, זענען געגאנגען מיט פייער פאקלען אין די הענט לכבודו של תורה.
במשך דעם גאנצן וועג זענען מכובד געווארן צו טאנצן מיט די ספר תורה די בני המשפחה און פילע רבני וגדולי ירושלים און ראשי הנהלת הקהילה והמוסדות, ווען עס זעען זיך אן טויזענטער אידן מבני ירושלים וועלכע זענעןם זיך געקומען מיטפרייעןו מיט דעם גרויסן שמחה.
וינוע אמת הסופים ווען די ספר תורה איז אריין געפירט אין ביהמ"ד הגדול דורכן נדבן ר' ישראל ארי צוזאמען מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א, ווי צו ערשט האט געטאנצן הגה"צ דער דיין שליט"א, און דערנאך דער נדבן הרה"ח ר' ישראל ארי הי"ו, און די רבני הקהילה, ווען אויף די לענג פון ביהמ"ד שטייען די ילדי התלמוד תורה מיט די באקאנטע ירושלימ'ער חן און פרייען זיך מיט בשמחת התורה.
דערנאך האט דער דיין שליט"א געזאגט לדוד מזומר כנהוג, אן דערנאך איז פארגעקומען אין ביהמ"ד א מסיבת לחיים לכבודה של תורה.
שפעטער איז פארגעקומען א סעודה לכבוד גומרה של תורה אין בנות הדסה זאל, ווי עס האבן זיך באטייליגט ראשי קהלתינו הק', און עס האבן אויפגעטראטן הרה"ג מנחם יוסף פישער שליט"א א זוהן פון נדבן, דערנאך האט אויפגעטראטן הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א, אלס נואם הכבוד האט געדינט הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנהל ישיבתינו בני ברק, און דערנאך האט גערעדט דער נדבן ר' ישראל ארי וואס האט ארויסגעברענגט זיינע התרגשות'דיגע געפילן פון די שיינע מעמד און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן דעם שיינעם מעמד.
שישו ושמחו בשמחת התורה
Comentarios