top of page

ירושלים לבשי בגדי תפארתך: על פי פקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלן ילדי מוסדותינו הק' אין ירושלים גיין מיט ספעציעל דעזיגנירטע קליידער

אין די לעצטערע חדשים זענען כסדר פארגעקומען העפטיגע זיצונגען בכח הרבים פון אלע תלמודי התלמוד תורה על טהרת הקודש אין עיר הקודש ירושלים, איבער די פארווייטאגטע נושא פון מאדעס אין די בגדים ביי אינגלעך וואס קומט ליידער מער און מער אריין צווישן דעם היימישן עולם.

פארגאנגענעם חודש אדר איז פארגעקומען א גרויסע אסיפה פון אלע תלמידי תורות על טהרת הקודש, ווי דארט איז אראפגעקומען א חשובער עסקן וואס האט זיך אריין געלייגט אין דעם נושא לשם שמים שלא על מנת לקבל פרס, ווי ער זיך פארבינדן מיט גרויסע קאמפאניס צו פארבריצירן ספציעלע כשר'ע בגדים, אויסגעהאלטן 100 פראצענט מיט אלע הידורים ווי עס פאסט פאר חסידישע ירושלימ'ער יונגלעך, און אין די לעצטע טעג איז די זאך ארויס לידי מעשה, ווי די קאמפעניס האבן שוין אנגעהויבן צו פארבריצירן די קליידונג.

די הנהלה רוחנית פון מוסדותינו הק' ,תלמוד תורה יטב לב ירושלים, האט זיך פארגאנגענע וואך פארבינדן מיט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, ווי מ'האט אראפגעלייגט פאר רבינו שליט"א אלע דעטאלן און אנגעפרעגט דעת קדשו כדת מה לעשות, צו די הנהלת התלמוד תורה זאל זיך אנשליסן אין דעם פראיעקט, רבינו שליט"א האט א לענגערע צייט ארויסגעפרעגט אלע פרטים, און האט געגעבן ברכת הקודש אז מ'זאל זיך אנשליסן אין דעם.

די וואך האבן הנהלת מוסדותינו הק' ארויסגעשיקט בריוון פאר אלע עלטערן אז פון קומענדיגן ווינטער זמן תשפ"ה וועט מען אנהייבן צו פארקויפן די קליידונג, און פון דעם זומער זמן תשפ"ה וועט מען שוין נישט קענען קומען אין תלמוד תורה נאר די מיט קליידער מיטן הכשר מכובד שע"י התתי"ם עטה"ק.








Comments


bottom of page