top of page

וכתבתם על מזוזות ביתך: קרוב צו צוואנציג פרישע סופרי סת"ם וועלן אויפגענומען ווערן דעם וואך אינדערהאלב לשכת הסופרים שע"י לשכת הוראה לעניני סת"ם דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג

  • Writer: סאטמארע אפדעיט'ס
    סאטמארע אפדעיט'ס
  • Jun 2, 2024
  • 1 min read

Updated: Jul 4, 2024

די פרישע סופרי סת"ם וועלן אפערירן אינדערהאלב די קארידארן פונעם לשכת הוראה לעניני סת"ם, אויסשליסליך צו אהערשטעלן מהודר'דיגע מזוזות פארן ציבור המדקדיקים.

די אויפנאמע פון אזא ריזן מספר פרישע סופרים ברענגט גרויס פרייד ביים גאנצן ציבור חסידי סאטמאר אין שטאט וויליאמסבורג, וועלכע וועלן פון היינט און ווייטער קענען געניסן פון די העכסט מהודר'דיגע מזוזות וואס די שטאב פון סופרים וועלן אי"ה אהערשטעלן.

דעם קומענדיגן מידוואך נאכמיטאג וועט פארקומען א מעמד התמנות פאר די פרישע צוואנציג סופרים, ווי עס וועלן זיך באטייליגן די רבני ודייני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, אין שפיץ פון הגה"צ אבדק"ק סאטמאר מאנסי שליט"א וועלכע שטייט בראש פון די לשכה.

וכתבתם על מזוזות ביתך





Comments


bottom of page