אין בית המדרש הגדול דקהלתינו הק' אין בארא פארק איז נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט פארגעקומען א גרויסארטיגע עצרת הספד ככלות השבעה פון כ"ק מרן שרגא פייוויש האגער האדמו"ר מקאסוב זכר צדיק לברכה,
די מעמד איז פארגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד וועלכע איז געווען אויסגעשטעלט מיט צענדליגער רייעס זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו תושבי עיר בארא פארק וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין ביים גרויסארטיגן מעמד צו טרויערן אויף די גרויסע אבידה מיט'ן פטירה פון האדמו"ר מקאסוב זצ"ל נאכ'ן שפירן גאר א נאנטע קשר מיטן רבי'ן וואס פלעגט דא פראווען זיין געהויבענע עבודה בימות החול.
אויפ'ן אויבנאן האבן זיך אנגעזעהן פילע רבני ודייני קהילתינו הק' און אזוי אויך בניו האחים האדמורי"ם מקאסוב שליט"א וחתני האדמו"ר מקאסוב זצ"ל.
אום 9:15 איז שוין די ביהמ"ד געווען פול מן הקצה אל הקצה מלא על כל גדותיו און מ'האט תיכף צוגעטרעטן צום מעמד,
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהילתינו הק' וואו ער האט ארויסגעברענגט די שייכות וואס קאסוב'ער רבי האט געהאט מיט דעם ביהמ"ד, ער האט ארומגערעדט איבער זיין עבודה וואס ער פלעגט דא פראווענען אין דעם ביהמ"ד.
דערנאך האט הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה,
דער רב האט צום ערשט געזאגט אז וויבאלד ס'איז א סאטמאר'ע ביהמ"ד דארף מען זאגן דברי הספד אויף הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סייעתא דשמיא, דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די פלא'דיגע ארבעט פון די משניות מיט'ן פירוש סייעתא דשמיא וואס ער האט געמאכט, און בכלל וויאזוי זיין לעבן איז געווען אוועקגעשטעלט נאר אויף תורה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון קאסוב'ע רבי, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז אויבן אין הימל האט מען געדארפט האבן א צדיק וואס פארשטייט צו דעם דור, ממילא האט מען ארויפגענומען דעם קאסוב'ער רבי'ן זצ"ל כאטש זיין יונגע יארגאנג.
דערנאך האט ר' נפתלי הירצקא אויפגערופן דעם קאסוב'ער רבי'ס איידעם הרה"ג ר' ישכר רובין שליט"א אויפצוטרעטן מיט א דרשה,
ר' ישכר האט זיך באדאנקט פאר די קהילה אז מ'האט אזוי שיין אויפגענומען זיין שווער, און אז מ'האט אים געמאכט אייביג פילן באקוועם, און ווי מ'זעהט טאקע אז ער האט אויסגעוועלט דווקא דעם ביהמ"ד, וויבאלד דא האט מען אים נישט געשטערט און גאר שטארק מכבד געווען.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דרשת הספד הגה''צ רבי מרדכי זאב הלוי וואזנער שליט''א אב''ד מחזה אברהם - שוואגער מיט האדמו"ר מקאסוב זצ"ל וואו ער האט אראפגעלייגט די עבודת הקודש פון זיין חשוב'ן שוואגער האדמו"ר מקאסוב זצ"ל, ער האט פארציילט עטליכע עובדות וסיפורים וואס האט גאר שטארק איבערגענומען דעם גאנצן ציבור וואס האט איינגעזעהן אז וויפיל מען האט געקענט דעם דמות פונעם נפטר איז די אבידה אסאך גרעסער ווי מען האט זיך פארגעשטעלט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג בנציון כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי בארא פארק וואו ער האט ארומגערעדט איבער די פערזענליכע שייכות וואס קאסוב'ער רבי האט געהאט מיט'ן ביהמ"ד, ער האט צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער זיין עבודת התפילה וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם.
אנשי שלומינו תושבי עיר בארא פארק זענען אהיים נאך אזא מעמד אין אן ערנסטן שטימונג נאכ'ן זיך פארנעמען קבלת טובות שפירנדיג אזא נאנטע קשר מיט'ן גרויסן נפטר, און מיט דערהויבענע געפילן אנערקענענדיג די גרויסע זכי' וואס מ'האט געהאט צו קענען האבן אזא איד ביי אונז אין ביהמ"ד יעדן איינציגן טאג בימי החול.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
Comments