top of page

"וועד לטהרינו" שע"י קהלתינו הק' גרייט זיך ארויסצוקומען מיט פונקטליכע הוראות בנוגע אנליין קאמפיינ'ס נאך אסיפה פון די רבני הוועד בבית כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט די רבני 'וועד לטהרינו' שע"י קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ה"ה הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א, הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים לעניני טעכנעלאגיע,

מען איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים בעניני טעכנעלאגיע און בפרט איבער די אנליין קאמפיינ'ס וואס איז שטארק אריינגעקומען אין די היימישע גאס די לעצטערע יארן, ווי מען האט אויסגעשמעוסט מערערע מהלכים וויאזוי אראפצושטעלן פונקטליכע הוראות פאר אנ"ש בנוגע אנליין קאמפיינ'ס.

ווי דער רבי האט אדורכגעטוהן די מציאות הדברים פאר א לענגערע צייט און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות, און געגעבן ברכת הקודש פאר די עסקני הוועד.

אין די יעצטיגע טעג זיצן די רבני הוועד אויף מערערע זיצונגען ווי מען גייט אדורך די פארשידענע פונקטן און הוראות וועלכע וועט פארשפרייט ווערן פארן ציבור אנשי שלומינו אין די קומענדיגע טעג.


Commenti


bottom of page