הונדעטער אנשי שלומינו תושבי לאנדאן האבן זיך פארזאמעלט דעם זונטאג פרשת שלח צום וויכטיגע אסיפה וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן די וויכטיגע הלכות פון הלכות סת"ם, די אסיפה איז גערופען געווארן דורכן הנהלת בית הוראה דקהלתינו הק' בראשות פונעם רב שליט"א, צוליב די נאכנאנאדע פסולים און מכשולות וואס עס האט זיך לעצטענס געטראפן אינעם מארקעט פון ספרי תורה תפילין און מזוזות, אזוי ווי כ"ק רבינו שליט"א האט שוין עטליכע מאהל מעורר געווען איבער דאס הארבקייט פון די ענינים און די מכשולות וואס איז דא ליידער אין דעם.
בליץ שנעל זענען איז דאס ביהמ"ד פיל געווארן מלא על גדותיו, די עסקנים האבן זיכער געמאכט יעדעם אויפצונעמען און פלאצירן בכבוד הראוי.
הרב ר' דובעריש רפאפורט שליט"א יו"ר בית הוראה האט געזאגט 'דברי פתיחה' האט געפענט דעם מעמד.
דערנאך האט זיך דער גרויסער ציבור צוגעהערט צו די לענגערע דרשה פון הגה"צ די רב שליט"א האט מיט גאר שטארקע רייד מעורר געווען איבער די מכשולות אין עניני סת"ם און אז יעדער זאל גיין צום סופר אליין וואס ער קען אלץ א ירא שמים און א בר סמכא.
דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פונעם חשובן גאסט הגה"צ אבדק"ק סאטמאר מאנסי שליט"א וואס רבות בשנים איז ידיו רב לו אין די מקצוע און דינט היינט אלץ רב משמרת סת"ם בארה"ב צי רעדן און מעורר זיין דעם עולם איבער די הארבקייט אין די ענינים.
די מאנסי רב שליט"א האט כדרכו מיט א רייכע שפראך און מיט זיין ספעציעלע שפראך במשנתו הסדורה מעורר געווען דעם עולם און מאריך געווען איבער די הארבקייט פון די ענינים און די פסולים וואס עס איז דא במציאות אין די מארק.
העכער איין אהאלב שעה איז דער עולם געזעסן בכובד ראש און איינגעהערט די חומר הענינים, און געענעדיגט מיט א פעסטע באשלוס מהיום והלאה צי מדקדק זיין בכל החומר כראוי וכיאה פאר ערליכע אידן המדקדקים בכל הענינים.
Comments