top of page

התרגשות'דיגע סעודת ל"ג בעומר אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר וויליאמסבורג בהשתתפות די טויזענטער חברי הקהילה אפגעראכטן געווארן באש להבה

בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי תורה לכבוד היום.

דער גאנצער מעמד צוגערישט געווארן אויף גאר א פראכטפולע און גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול, דער ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט געווארן מיט א גרויסע אויסשטעל מיט הונדערטער שורות טישן און בענק אויסגעלייגט איבערן גאנצן ביהמ"ד, פארן גאנצן ריזן באטייליגטען ציבור, באזונדער זענען די בחורים פלאצירט געווארן אויף די פלאטפארמע'ס ארום דעם ביהמ"ד.

ספעציעלע באסעס האבן קורסירט איבער די שטאט און געברענגט די הונדערטער חברי הקהילה פון די ווייטערע געגענטער אין שטאט צום מעמד.

דער גרויסער ציבור האט זיך צוגעהערט צו די דברים חוצבים להבות אש וועלכע דער רב שליט"א האט משמיע געווען פאר א לענגערע צייט איבער די גרויסקייט פון דעם טאג און איבער די השפעות און רפואות וואס קומען אראפ.








コメント


bottom of page