top of page

התרגשות ביי אנשי שלומינו אין מאנטרעאל ווען מוסדותינו החדש עפענט רעגיסטראציע פארן ברייטן ציבור; מוסדות נעמט אויף לאנג יאריגע מנהל צו דינען אלץ מנהל המוסדות

מיט התרגשות'דיגע געפילן האבן אנשי שלומינו אין שטאט מאנטרעאל אויפגענומען דעם פארגאנגענעם פרייטאג איבער די פרישע דעטאלן וואס עס זענען געמאלדן געווארן פון די עסקני מוסדותינו החדש איבער די ווייטערדיגע פרטים צו עפענען מוסדותינו הק' אויפן קומענדיגן שנת הלימודים בסייעתא דשמיא.

 צווישן אנדערע איז געמאלדן געווארן איבערן אויפנאמע פונעם לאנגיאריגן מחנך ומרביץ תורה הרה"ג ר' יצחק עזריעל פריעד שליט"א פון קרית טאהש, צו דינען אלץ מנהל המוסדות און וועט מיט זיין לאנגע יארן ערפארנונג בשדה החינוך אויפהייבן די תלמידים לתורה ויראת שמים.

 אינעם גשמיות'דיגן פראנט איז אויפגענומען געווארן אלץ אדמינסטאטער פונעם מוסדות החדש העסקן הנמרץ לכל דבר שבקדושה הר"ר יעקב יהושע פאלטשעק הי"ו, וועלכע וועט זיכער מאכן אז אלעס זאל קלאפן עצי"ט צו ערציען די לויטערע תינוקות של בית רבן..

 ווי אויך וועט אי"ה קומענדיגע וואך געפענט ווערן די רעגיסטראציע איינצושרייבן די קינדער אינעם נייעם מוסד פארן ברייטן ציבור.

אין די יעצטיגע טעג זענען די עסקני המוסדות פארנומען צו אויסארבעטן די מערערע פרטים און דעטאלן צו צוזאמשטעלן די סטעף פון מלמדים און מרביצי תורה, ווי אויך אויסצורישן א אפסיגע מקום תורנ ווי די טייערע קינדערליך וועלן פלאצירט ווערן פארן קומענדיגן שנת הלימודים.

מחיל אל חיל.




 

Bình luận


bottom of page