top of page

התפרנסו זה מזה: גרויס פרייד ביי אנ"ש תושבי לאנדאן מיטן גרינדונג פון "מפעל התפרנסו" שע"י איחוד אברכים דקהל יטב לב וועלכע וועט דינען אלץ ארבעט פארמיטלער צווישן אברכי אנשי שלומינו

מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די וואך אין שטאט לאנדאן די גרינדונג פון א פרישע רינגעלע אין די קייט פון די געוואלדיגע פעולות פון עסקני "איחוד אברכים דקהל יטב לב" אין שטאט לאנדאן, מיטן גרינדונג פונעם נייעם מפעל התפרנסו וועלכע וועט שטיין אלץ ארבעט'ס פארמיטלונג צווישן אברכי אנשי שלומינו און די בעלי בתים.

די געברויך פאר דעם איז שוין געווען א לאנגע צייט ווען די פרישע אינגעלייט וועלכע זענען ארויס ברענגען פרנסה אין שטוב האבן נישט געהאט קיין געהעריגע פלאץ צו וועמען זיך צו ווענדען צו באקומען הילף צו טרעפן א פאסיגע ארבעט'ס געלעגענהייט.

אין די יעצטיגע טעג איז בשעה טובה ומצלחת נאכן באקומען די ברכת הצלחה פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו הק' געגרינדעט געווארן דעם נייעם מפעל.

איש את רעהו יעזורו





Comments


bottom of page