top of page

הרחבת גבולי קהלתינו הק' וומסב"ג שפאנט ווייטער: מאסיווע יסודות הבנין פארענדיגט ביים שטח החדש פונעם בנין הגדול פארן ישיבה לצעירים

אין די יעצטיגע טעג האלטן אנשי שלומינו אין שטאט וויליאמסבורג מיט די ווייטערדיגע פלינקע בוי פארשריט פון הרחבת גבולי הקדושה בקרב הקהילה והמוסדות, ווען מען ציעט ארויף א פרישע ריזן גיגאנטישע בנין האדיר אין צענטער פון שטאט, צו דינען אלץ אכסניא של תורה פאר די בארימטע "ישיבה לצעירים" אין שטאט, מיט אירע הונדערטער תלמידים בליעה"ר.

די פראכטפולע מאסיווע פלענער פארן בנין לויטן צו ארויפציען א ריזן בנין פון ניין שטאק, ווען דריי גאנצע גרויסע שטאקן וועלן שטיין צום באנוץ פארן ישיבה לצעירים, אין דעם איז אריינגערעכענט א גרויסע פראכטפולע היכל ביהמ"ד, א גרויסע לאנטש רום פאר די תלמידים צו קענען אנשעפן פרישע כוחות ללימוד התורה, פיר גרויסע שיעורים שטיבלעך צו פארלערנען די שיעורי הישיבה מיט הרחבת הדעת, און ברייטע לופטיגע פארצימערן, קאווע שטיבל, בתי כבוד, און נאך שטיבלעך פאר די באנוץ פון די געטרייע מרביצי תורה.

אין די יעצטיגע טעג איז שוין די גאנצע מאסיווע יסודות הבנין גענצליך פארטיג און מען גרייט זיך אין די קומענדיגע וואכן זיך צו נעמען צו די מאסיווע בוי ארבעט ארויפצוציען די גאנצע סטרוקטער פונעם בנין מיט א בליץ שנעלקייט און זיך גלייך דערנאך נעמען צו די ווייטערדיגע פאזעס ביזן השלמת הבנין.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

בילדער: די פרעכטיגע סקיצעס און פלענער פונעם בנין האדיר
















Comments


bottom of page