top of page

הערליכע שבע ברכות פאר עסקני קופת הנישואין דקהל יטב לב קרית יואל צוגעשטעלט דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א

א הערליכע שבע ברכות איז פארגעקומען פארגאנגענם דאנערשטאג לרגל נישאו נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן לגיסו הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא ק"י צוגעשטעלט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, און עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די גבאים פון די וועד קרן נשואין פון אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' אין ק"י ארויסצווייזן די הכרות הטוב פאר זייער עסקנות במשך דעם יאר פאר די פילע קופת.

דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און מ'האט אויפגעגעבן אלע מאכלים פונעם סעודה

עס האט אויפגעטרעטן במשך דעם שבע ברכות העסקן המפורסם הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו, וועלכע האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען צו ביליגער מאכן די הוצאות החתונה און מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון אלע בתי מדרשים אין ק"י ווי עס איז פארהאן תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן, און מחזק געווען די עסקנים צו ממשיך זיין מיט די צדקה וחסד ביתר שאת, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.

שמח תשמח רעים האהובים 















Comments


bottom of page