top of page

הערליכע מעמד חומש סעודה פאר די קרוב צו "100 תלמידי כיתה א'" מוסדותינו הק' אין מאנסי פארגאנגענעם זונטאג אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיט גרויס התרגשות של שמחה איז דעם פאַרגאַנגענעם זונטאָג אין די פאַרמיטאָג שעה'ן אָפּגעראָכטן געוואָרן דעם מעמד החומש סעודה, פאַר די קרוב צו 100 תלמידי כיתה א' פון מוסדות סאַטמאַר מאָנסי, וועלכע איז פאָרגעקומען אין שפּיץ מיט די אָנוועזענהייט פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

 זונטאָג נאָכמיטאָג צו די באשימטע צייט האָבן די הונדערטער קינדער אַריינמאַרשירט אינעם זאָל ווען אין די הענט פון אַלע קינדער ליגן די ספּעציעלע כמו ספרי תורה, אין וועלכע עס איז געשטאַנען גאַנץ ספר ויקרא,  זינגענדיג מיט זיערע זיסע שטימעס דעם ניגון ובאו כולם.

 אָנקומענדיג אויף די פּלאַטפאָרמעס האָבן זיך די קינדער געזעצט און ממשיך געווען מיט נאָך הערליכע אידישע ניגונים.

 געפענט דעם הערליכן מעמד האָט דער מנהל פון די כיתות א' ב' ג', הרה"ג ר' ישראל מאיר הכהן פריעדמאַן שליט"א, וועלכע האָט באַגריסט די פאַרזאַמעלטע און אַרויסגעברענגט די גרויסע שמחה פון דעם היינטיגן טאָג.

 שפעטער איז מען צוגעטרעטן צום הויכעפונקט פונעם מעמד ווען די קינדער האָבן איינציג'ווייז אָנגעפאַנגען צו זאָגן די פּסוקי חומש ויקרא, ווען יעדע תלמוד באַזונדער האָט געזאָגט א פּסוק.

דאַן האָט מען געהערט די ווערטער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ מאָנסי שליט"א, וועלכע האָט אויפגעטרעטן און אַרויסגעברענגט די גרויסע שמחה ביי די אַלע קינדער, אַרויסברענגענדיג אַז דאָס איז נאָר די אָנהייב פון די לימוד התורה פון די קינדער, און וועט נאָר מער און מער פאַרמערט ווערן אין די שפעטערדיגע יאָרן ווען די קינדער וועלן אויסשטייגען גרויסע תלמידי חכמים ויראי השם בעזהשי"ת.

דאַן האָבן די הונדערטער באטייליגטע געהאַט די זכי' אויפצונעמען פּני הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

 דער רבי האָט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבנאן, און מיט הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו מאָנסי שליט"א.

דערנאך זענען אלע קינדער איינציגווייז אריבער דעם אויבנאָן און דער רבי האט פארטיילט פאַר יעדעם באַזונדער א אות הכרות הטוב א הערליכע תהילים לרגל דעם מעמד.

דער רבי האט געמאכט א לחיים און וואַרעם אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן צו זען אַסאַך תענוג ונחת געזונטערהייט.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש פאר די קינדער און אַרויסגעברענגט די גרויסע שמחה זענדיג די קינדער וואָס וועלכע פאַרמאָגן א לויטערע חסידישע צורה וועלכע איז ניכר על פניהם, און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה קומענדיג באַזוכן אין שטאָט מאָנסי מיטהאַלטענדיג די אויסטערלישע בלי און וואוקס פון די קהילה און מוסדות אויף אַזאַ זעלטענע פאַרנעם בליעה"ר.




















































 

コメント


bottom of page