די עסקני וועד קרן הבנין פון דעם נייעם היכל התורה "היכל לב אהרן" און שטאט מאנטשעסטער, זענען אין די לעצטערע טעג אנגעקומען אויף א באזוך קיין ניו יארק צו אויפטרייבן פרישע פאנטאסטישע נדבות צו קענען גענצליך פארענדיגן דעם היכל התורה, וועלכע האלט שוין אין די יעצטיגע טעג אין די ווייטע פאזעס פון די גלאפירענדע בוי ארבעט, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פארענדיגט די גאנצע דרויסענדיגע חלק פונעם היכל און אנגעפאנגען געווארן די אינעווייניגסטע חלקים פון די בוי ארבעט, און האבן געהאט די זכי' צו אריינגיין אל הקודש פנימה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און באקומען די ברכות הקודש פונעם רבין צום השלמה פונעם פראיעקט.
דער רבי האט צום ערשט געהערט געהערט א דעטאלירטע באריכט איבער די ווייטערדיגע שנעלע פארשריט פונעם היכל התורה און איבערגעקוקט די פלענער פון די ווייטערדיגע חלקים פון די בוי ארבעט, און געגעבן די הדרכה אויף די ווייטערדיגע פלענער.
די רבי האט גאר ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו פאר די עסקני וועד קרן הבנין אז די ארבעט זאל ווייטער קענען אנגיין אומגעשטערט, און דער היכל זאל קענען פארענדיגט ווערן ווי אומשנעלסטען, און דערלייכטערן פאר די לומדי תורה.
בונים "היכל" לשם אלקי ישראל
Comments