top of page

הנהלת "מרכז עזרה ויעוץ" ערהאלט ברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל פתיחת שערים פון פרישן זיבעטען 'מרכז אפיס' אין שטאט אשדוד

ברכת הקודש פאר גבאי קודש פונעם מרכז לרגל גרויסארטיגע אקציע אין גרעיטער ניו יארק הר"ר הערשל פר"מ: "מען זאל האבן גרויס הצלחה און גרויס סייעתא דשמיא, צו קענען שאפן אסאך געלט!"

ערהאבענע מינוטן האבן די ראשי הנהלת מרכז עזרה ויעוץ מיטגעלעבט, האבנדיג די זכי' אריינצוגיין אל הקודש פנימה, לקבל ברכת הקודש, לרגל די פתיחת שערים פונעם פריש אפיס פונעם מרכז, וועלכע איז געעפנט געווארן אין שטאט 'אשדוד', ווי שוין געמאלדן מיט עטליכע וואכן צוריק.

אין שפיץ פונעם משלחת, זענען אריין די חשוב'ע רבנים הגאונים חברי וועד משמרת חומותיך ירושלים, ה"ה הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ און הגה"צ רבי בנציון לאוב שליט"א מו"ץ, אינאיינעם מיט הרבני הנכבד ר' יצחק שיפף שליט"א יו"ר הנהלת המרכז, און די חשוב'ע ראשי העסקנים וועלכע זענען עוסק לילות כימים למען הצלחת המרכז.

דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט גרויס קורת רוח הערנדיג איבער די הרחבת הפעולות אינעם הייליגן מרכז, וואונטשנדיג דערביי פאר  די חשוב'ע עסקנים, מען זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש אפצוראטעווען אידישע קינדער מדי צבא השמד.

דערביי האט דער רבי שליט"א אויך געהערט א באריכט איבערן אנגייענדן גרויסארטיגן יערליכן קאמפיין 'פודה' לטובת המרכז וועלכע קומט פאר אין די טעג ברחבי ניו יארק, און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חשוב'ע עסקנים און באזונדער פארן חשוב'ן גבאי קודש פונעם מרכז הר"ר הערשל (בר"י) פר"מ, מען זאל זוכה זיין צו זען פרי בעמלם, צו קענען שאפן די נויטיגע ריזיגע סכומים וואס פעלן זיך אויס למען הצלת נפשות ישראל.

באזונדער האט דער רבי מיט גרויס קורת רוח דערביי געהערט א באריכט, איבערן געוואלדיגן קידוש שם שמים ביים היסטארישן עצרת בחוצות ירושלים, וואו כלל ישראל האט אויסגעשריגן איר מסירת נפש'דיגער גרייטקייט באש ובמים לקדש שם שמים, און אז מען וועט בשום אופן זיך נישט לאזן ארונטערפאלן אונטער די רשעי ועוקרי הדת וועמענס איינציגער ציל איז שלא יזכר שם ישראל עוד, חס מלהזכיר.










רבינו שליט"א געבט ברכת הקודש פארן גבאי המרכז הר"ר הערשל פריעדמאן הי"ו


ווערט געזען הרה"ח ר' משה יודא יואל ווייס הי"ו רעדאקטער פון דער בלאט איבערגעבענדיג א רעפארט פון די פעלות פונעם מרכז פארן רבין


コメント


bottom of page