top of page

היינט זונטאג בהעלותך: 10 שטאָקיגע קרעינס אויסגעצויגן איבער די קרית יואל’ע הימלען! ארויפצוציען די בניני האדירים פון מוסדות סאטמאר קרית יואל

 קינד און קייט אין דער סאטמארער שטאט קרית יואל זעט מיט די אויגן דעם אומגלויבליכן מחזה הוד: צוויי ריזן בנינים ציען זיך ארויף! 10 בנינים אין 10 יאר איז שוין “נישט” גענוג! בלי עין הרע.נאר מען דארף נאך.

דער ריזיגער בנין החדש בית רחל הענקי, בנין קליין אין אן ערשטמאליעגער גרויסקייט פון 190,000 סקווער פיס!!!

 ציט ארויף שטאָלענע ביעמס צו קענען אַרויפציגן 6 שטאָק גיגאנטישע שטאקן צו קענען ערציען די בנות ישראל הכשרות מיט די שענסטע חינוך סטאנדארטן.

 ומזה אל תנח ידך: תלמוד תורה החדש, געציל בערגער בלווד אין א גרויסקייט פון 165,000 סקווער פיס!!! ציט ארויף שטאָלענע ביעמס וואָס וועלן גיין אין אַ הייעך פון 8 שטאָק, צוטיילט אין 2 פיר שטאָקיגע חלקים.

דער מח שטעלט זיך אָפ. אַזאַ וואוקס? וויאַזוי האַלט זיך דאָס?! וויאַזוי בויט מען נאָך? דער ענטפער איז: דער כח הקדושה פון הייליגן רבי’ן זי”ע מייסד עיר הקודש קרית יואל!

זיינע טרייע תלמידים גייען לאורו, און פארזיכערן דעם עתיד פון אונזערע ווייטערדיגע דורות, מיט די זעלבע ארגינעלע אידישקייט!

דער רבי האט געזאגט אז ער האט אויפגעטון בלויז מיט’ן אויפשטעלן “קרית יואל”.

תלמידיו וחסידיו שטעלן אויף בנינים, כיתות, זכותים, אייביגע הנצחות, אין מוסדות “קרית יואל.














Yorumlar


bottom of page