top of page

"היום תאמצינו" היינט נאכט וועלן אנשי שלומינו חסידי סאטמאר אין מאנסי ארויסקומען אין די מאסן מחזק זיין און ארויסווייזן שטיצע פאר די געטרייע הנהלת מוסדותינו ה"ק

  • Writer: סאטמארע אפדעיט'ס
    סאטמארע אפדעיט'ס
  • May 29, 2024
  • 1 min read

Updated: Jul 4, 2024

"היום תגדלנו" היינט נאכט וועלן אנשי שלומינו פארזיכערן אז די בלי און וואוקס פון מוסדותינו הק' גייט ווייטער אן ביתר שאת

"היום תדרשינו לטובה" די היינט נאכטיגע מעמד וועט לאנג געדענקט ווערן אלץ דער טאג וואס אנשי שלומינו האבן אוועקגעשטעלט מוסדותינו הק' זאל קענען ווייטער אנגיין מיט איר פראכט

"היום תשמע שועתינו" היינט נאכט וועלן אנשי שלומינו דערהערן די געשריי פון די געטרייע הנהלת המוסדות און זיי ארויסהעלפן מיט די עבודת הקודש

דורכאויס די גאר וויכטיגע אסיפה וועלן געהערט ווערן דרשות בנחיצות הענין דורך הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א, דברי ברכה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און די דברות קודש בחובת השעה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

 ספעציעלע גורלות פאר די וואס קומען צייטליך, מתנות פאר די תשב"ר

 אנשי שלומינו שרייען אויס מיט א שטארקייט מיר וועלן שטיין צו די האנט פון די געטרייע הנהלת מוסדותינו הק' און זיכער מאכן אז די עתיד פון אונזערע הייליגע מוסדות גייט ווייטער אן מיט א פראכט

"איש בל יעדר" היינט נאכט באולם וועלי טערעס בשעה 8:00 בדיוק בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א







Comments


bottom of page