top of page

הונדערטער תלמידי מוסדות יטב לב אין ירושלים האבן זיך נעכטן פארזאמעלט און זיך מקשר געווען מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעת עלי לציון פון רביה"ק בעל ישמח משה זי"ע

מיט א געוואלדיגע התעוררות האבן זיך נעכטן די הונדערטער ילדי תשב"ר פון מוסדות יטב לב זיך צאמגענומען אין בית מדרשנו ברך משה אין ירושלים עיה"ק, צו א מעמד אמירת תהילים און זיך מתקשר געווען בקשר עליון דאורייתא מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בשעת ווען רבינו שליט"א איז ארויף להשתטח על ציון המצוינת פון רבינו משה איש האלוקים זי"ע מרן הישמחה משה זי"ע אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו.

צום ערשט האט מען מיט געהאלטן אויף א לייו הוק אפ, די ניגוני התעוררות וואס זענען געזיננגען געווארן ביים ציון הקדוש.

דערנאך האט אויפגעטרעטן א חשוב'ער מלמד הרב ר' משה דוד דאוודאוויטש שליט"א, ווי ער האט נאכגעזגט א ווארט פון צדיקים, אויפן פסוק פנה אל תפילת הערער ולא בזה את תפילתם, לכאורה הייבט דער פסוק אן מיט א לשון יחיד תפילת הערער, און דערנאך א לשון רבים ולא בזה את תפילתם, נאר ערער גייט ארויף אויפן צדיק וואס לבו ער לכל דבר שבקדושה, און די אידן וואס זענען מתפלל צוזאמען מין צדיק ווערט זייערע תפילות אויך נתקבל ולא בזה את תפילתם לשון רבים.

דערנאך איז געזאגט געווארן תהילים מיט גרויס כוונה לישועת הכלל והפרט דורף די הונדערטער תינוקות של בית רבן.

בזכות תינוקות של בית רבן





















Comments


bottom of page