top of page

הונדערטער אנשי שלומינו אין שטאט מאנטשעסטער מיטגעהאלטען געהויבענע שמחת החתונה פון אייניקלעך פון הגה"צ אבדק"ק דקהלתינו שליט"א

הונדערטער אנשי שלומינו אין שטאט מאנטשעסטער האבן פארגאנגענע וואך מיטגעהאלטען די שיינע רבישע שמחה, אין די הויפן פון סאסוב - סאטמאר מאנשטעסטער - תפארת אליעזר, די שמחת הנישואין פון חתן כלה אייניקלעך פון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו אין בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר שמעי' לעוו שליט"א נשיא תפארת אליעזר, מיט די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יואל הורוויץ שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.

די סעודת החתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון בית יוסף, א לענגערע צייט האבן זיך הונדערטער אנשי שלומינו באטייליגט און זיך משמח געוועהן ביי די ריקודין לכבוד שמחת חתן און הונדערטער תושבי העיר האבן געשטראמט אפצוגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר די חושבע זיידע'ס, אין שפיץ פון הגה"צ אבדק"ק דקהלתינו שליט"א.

אינעם קלימאקס האט מען צוגעטראטן צו די געהויבענער מצוה טאנץ, וואו מען האט צום ערשט אויפגערופן די דאפלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א בעת ווען עס זעען זיך אן די הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען פארבליבן טראץ די שפעטע שעה מיטצוהאלטען די עבודת הקודש, און דערנאך די זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די ריקודין של מצוה בעוז ותעצומות.

אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו














Commentaires


bottom of page