top of page

הארציגע מכתב בקשה ארויסגעשטעלט געווארן דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א ארויסצוקומען זיך טעסטן ביי די קריטישע טעסטינג דרייוו "הכצעקתה" צו שאפן א ניר פאר אחד ילדי מאנשי שלומינו

ווי שוין דא געמאלדן איז נאך א אסיפה בבית הגה"צ אבדק"ק סאטמאר וומסב"ג שליט"א געלאזט געווארן אין גאנג די קריטישע קאמפיין צו שאפן א ניר פאר אחד מילדי אנשי שלומינו.

די עסקנים זענען טאקע גלייך אריינגעשפרינגען אינעם קאמפיין און פארופן א ספעציעלע קאמפיין מיט'ן נאמען ''הכצעקתה'' צו הערן דאס אומשולדיגע געשריי פאר לעבן פונעם צוויי יעריג קינד וואס וואלגערט זיך פאר יסורים זייענדיג צוגעבינדן צו די ביטערע דיאליסי טריטמענטס, וואס אויך אין בעסטן פאל איז עס נישט קיין לעזונג אדער רפואה צו די ביטערע קרענק, נאר די איינציגסטע עצה איז צו שאפן א נייע קידני, און דאס קען מען ערייכן מיט דעם וואס יעדער מאנ''ש וועט ארויס קומען נעמען א סוואב טעסט, און איר אינאיינעם העלפן און ראטעווען איר לעבן.

ווי די עסקנים געבן איבער רעדט מען דא פון א קעיס ווי הונדערטער זענען שוין געטעסט געווארן אבער ליידער איז נאכאלץ נישט געטראפן געווארן די פאסיגע מעטש, אלזא פעלט זיך אויס דאס אנשליס פון יעדעם איינעם ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן ווער עס קען מעגליך זיין דער איינציגסטער פאסיגער מעטש. די הכצעקתה קידני דרייוו מסיבות וועלן זיך אנהייבן אין די וואך דאנערשטאג אין אלע בתי מדרשים דקהלתינו אין וויליאמסבורג און עס איז צום ערווארטן אז די טויזענטער אנשי שלומינו וועט הערן דעם חובת השעה און זיך אנשליסן אינעם קריטיש קידני דרייוו מסיבות.

צוליב דעם אויסנאמליכן קריטישן צושטאנד אין וואס מען שטייט איז ארויסגעשטעלט געווארן א הארציגע מכתב בקשה דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלכע פאדערט אויף אלע חסידי סאטמאר ארויסצוקומען זיך טעסטען ביי די ספעציעלע דרייוו.

כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא





Comentários


bottom of page