top of page

דראמאטישע פאנעל איבער די שאפן פון דעם שרעקליכן גזירת גיוס וועט פארקומען ביום תשעה באב אויפן קול התאחדות אברכים ליניע

פון די עסקני התאחדות אברכים ד'סאטמאר אין שטאט וויליאמסבורג ווערט געמאלדן אז לאור דעם שרעקליכן מצב אין ארה”ק וואו עס הויערט בתוקפו ה”י דעם שווערן גזירת הגיוס אויף יעדן בחור מארצינו הק’ אויף א ביטערן אופן פון עקירת הדת, וואס איז נאכנישט געווען זייט די גרינדונג פון מדינה של גיהנום וועט פארקומען א דראמאטישע פאנעל ביום תשעה באב יום שריפת בית אלקנו אויפן התאחדות אברכים ד'סאטמאר טעלעפאון ליניע, ווי עס וועט לעבעדיג אויפגעוויקעלט ווערן וויאזוי עס האט זיך געפארעמט דער גזירת הגיוס וואס איז דער בליק אויפן מצב כהיום, בשנת תשפ”ד.

וואס ווערט איבערגעגעבן ווערן דורך מפי העומדים בקשרי המלחמה געשילדערט בטוב טעם ודעת דורך הרה”ג רבי חיים ראטה שליט”א מותיקי חברי הנהלת העדה החרדית, ועומד על משמרת הקודש רבות בשנים הרה”ח רבי שמעון שישא שליט”א יו”ר מרכז עזרה ויעוץ, הרה”ח ר’ שמעון דימאנט שליט”א מזכיר מרכז עזרה ויעוץ.

שִׁמְעוּ נָא וּרְאוּ מַכְאֹבִי וּבַחוּרַי הָלְכוּ בַשֶּׁבִי



Comments


bottom of page