top of page

גרויסער ציבור אנ"ש באטייליגט ביים גרויסארטיגן סעודת הילולא קדישא כ"ו אב אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ב"ב

כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם איז פארגעקומען ביים גרויסארטיגן סעודת הילולא פון רביה"ק מרן בעל דברי יואל זי"ע אין שיכון קרית יואל בני ברק מיטן באטייליגונג פון א ריזן ציבור אנ"ש בעה"ב אברכים און בחורי חמד אין שפיץ פון די רבני הקהילה שליט"א און מרביצי התורה בקרב המוסדות והקהילה שליט’’א.

די עסקני הקהילה האבן ענטפאנגען דעם פולקעפיגער ציבור און אועקגעזעצט איש על מחנהו ואיש על דגלו.

אלס יו’’ר המעמד האט געדינט מיט געניטשאפט הרה’’ח ר’ יוסף יודא יאזשעף שליט’’א מגבאי ביהמ"ד וועלכער האט געעפנט דעם מעמד מיט טרעפליכע רייד.

דאן איז מכובד געווארן מיט אמירת ההדרן לרגל די הילולא הרבני החסיד ר' משה חיים ווייס שליט"א לאנג-יעריגער מנהל המוסדות.

דערנאך האט אויפגעטרויטן מיט די צענטראלע דרשה הרב הגאון רבי יהושע צבי יאזשעף שליט"א מו"ץ הקהילה ווי ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם טאג ווען דער צדיק ווערט נתעלה בקדושתו, און וואס עס פאדערט זיך פון אונז תלמידיו הקרויים בניו זיך צו מחזק זיין אין אלע אינזיכטן.

נאכדעם האט אויפגעטרויטן דער חשוב'ער נואם הכבוד הרב הגאון המפו' רבי גבריאל נויפעלד שליט"א דומ"צ העדה החרדית ירושלים עיה"ק וועלכער האט באצויבערט דעם ציבור מיט א שיינע דרשה בקדושתו של צדיק, איבערהויפט האט ער ארומגערעדט איבער די קנאת ה' צבקות וואס דער רבי זי"ע האט מקפיד געווען עס זאל זיין ריין לשם שמים און וויסן ווען און וויאזוי צו מקנא קנאת ה', ווי אויך האט ער געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט שיינע זכרונות און עובדות פון רביה"ק בעל ההילולא זי"ע וואס א טייל האט ער אליינס מיטגעלעבט ווען ער פלעגט פארן זיך מסתופף זיין בצל הקודש.

נאך ברכהמ"ז מיט וואס עס איז נתכבד געווארן הרבני החסיד ר' משה חיים ווייס שליט"א לאנג-יעריגער מנהל המוסדות לרגל די יארצייט פון זיין פאטער ז"ל, האט די ציבור זיך צושפרייט מיט געהויבענע געמיטער און מיט תענוג רוחני.

בשעת די סעודת הילולא האבן אנ"ש מנדב געווען תרומת לטובת מוסדותינו הק' ווי איבער 1500 תלמידי מוסדותינו כ"י ווערן נתחנך ע"ד המסורה לנו מדור בדור בשיטת פון די בעל ההילולא זי"ע.

אזוי אויך האבן אנ"ש געשריבן קוויטלעך וואס איז געשיקט געווארן במשך די יום ההילולא צום ציון הק' פון מרן רבינו זי"ע.

צומארגנ'ס צופרי ערב שב"ק יומא דהילולא קדישא האט זיך צונויפגענומען א שיינע ציבור אין ביהמ"ד אין שיכון ווי מ'האט געזאגט תהלים בצוותא מיט גרויס התעוררות, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים און אלע וועלן געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות בזכותו של אותו זקן וצדיק זי"ע.

באזונדער האבן זיך צוזאם גענומען די ילדי התשב’’ר תלמידי הת"ת אין די פארמיטאג שעות אין היכל ביהמ’’ד בית חיים יעקב בבנין הת"ת צו הערן עובדות ומנהגים פון בעל ההילולא זי"ע דורך דער געטרייער מנהל רוחני הרה"ג ר' אלעזר יונה שטיינמעטץ הי"ו.

 

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
















Commentaires


bottom of page