top of page

גרויסארטיגער בן זכאי קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג לטובת פארצווייגטע אימפעריע פון "התאחדות אברכים" דקהילתינו הק' אין מאנסי



מאנסי: אנשי שלומינו נעמען די וואך אנטייל בזיכוי הרבים אין די פעולות אדירות פונעם עמוד הרוחני דקהילתינו הק' אין שטאט מאנסי, די ברייט פארצווייגטע "התאחדות אברכים" וועלכע נעמט היינט צוטאגס אריין אונטער זיך 18 באזונדערע פיליאלעס פאר בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד, נשים צדקניות דקהלתינו הק'.

א דאנק די גאר ווארימע שטיצע פון אנ"ש ביי די פאריעריגע "נשמה קאמפיין" האט התאחדות אברכים בלויז אין די פארגאנגענע יאר אויפבויעט און אהערשטעלט 9 פרישע פיליאלעס! מיטן איינהאנדלען א זכות "בן זכאי" ווערט איר א פולער שותף אין דעם ממלכת התורה און אין איר כסדר'דיגע וואוקס.

דריקט דא צו זעהן דער רייכער בראשות פון די פולע פעולות אדירות וואס די התאחדות אברכים שטעלט צו איבערן יאר







留言


bottom of page