מיט דערקוויקענדע הנאה איז אויפגענומען געווארן די נייעס ביי די אלפי הורי המוסדות אז נאך חדשים פון פארש ארבעט און מאכן די נויטיגע צוגרייטונגען דורך די געטרייע הנהלת המוסדות גרייט מען זיך צו עפענען דעם נייעם "טינא" קליידער געשעפט וועלכע וועט מאכן א רעוואלוציע אין די געביט פון די כשרות המלבושים פון די טויזענטער תלמידי הבית רחל, אזויווי עס איז געמאלדן געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נשיא המוסדות, ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' פארגאנגענעם ווינטער, איבער די פלענער צו אהערשטעלן א דורכברויך אין כשרות המלבושים פאר די תלמידות הבית רחל מיטן אהערשטעלן א געשעפט וואס נאר פון די קליידער פון די געשעפט וועלן ערלויבט ווערן צו טראגן אין שולע..
נעכטן מוצאי שב"ק איז דער רבי אנגעקומען צום לאקאציע פון די 'טינא' קליידער געשעפט וועלכע איז אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די קליידער אויסוואל אינעם געשעפט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן בעה"ב און פאר אלע מיטארבעטער פונעם געשעפט און פאר די הנהלת המוסדות צו קענען מצליח זיין אין אוועקשטעלן דעם פרישן דורכברויך.
Comentarios