top of page

געשמאקער אהערגעשטעלטער "פארברענג גארטן" אין מחנה רב טוב שטייט צום באנוץ פון די הונדערטער לעכטיגע קינדער צו פארברענגען און זיך אויסצוגעבן אין די פרייע צייט

פארק אויסגעשטאטעט מיט גאר געשמאקע און פארגעשריטענע סארט איינריכטונגען לתועלת התלמידים

נתנדב געווארן דורך מו"ה יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו ושותפו בדומה לו האחים יצחק מרדכי - צבי ניישטאדט הי"ו

ארום שפאצירנדיג אין די גרויסע מחנה רב טוב מחנה נתן צבי קעמפ ווי די טויזענטער תלמידי מוסדותינו הק' פון די שטאט וויילן אין די זומער חדשים, איז אוממעגליך צו גיין ווייטער אן זיך אפשטעלן אין באטראכטן דעם הערליך איינגערישטן פארק, אדער ווי עס ווערט גערופן אין קעמפ דער "פארברענג גארטן" נדבת הני תרי שותפים מו"ה יוסף אליעזר איצקאוויטש ושותפו בדומה לו האחים יצחק מרדכי - צבי ניישטאדט הי"ו.

די איצקאוויטש-ניישטאדט פארברענג גארטן איז נאך א הערליכע רינגל אינעם קייט פון די הערליכע איינריכטונגען וואס די הנהלה האט אהערגעשטעלט פאר די וואוילזיין פון די קינדער, א פלאץ ווי די קינדער קומען אהין בין הפרקים, זיך אויסצולופטערן און זיך אנצושעפן פרישע כוחות פאר די קומענדיגע סדר הלימודים.

פארגאנגענעם יאר האט מען צוגעלייגט נייע גרויסארטיגע "קריך שטאנגען" אזא סארט אייזערנע סטרוקטור אויף וואס מ'קען ארויפקריכן גאר הויעך, און פונעם שפיץ האט מען א הערליכער אויסבליק  פון די גאנצע געגנט ארום ביז מיילן ווייט.

די קאסטן פון די גאנצע געביידע אריינגערעכנט דאס אינסטאלירן אינעם קעמפ האט אריינגעצויגן אין שווערע טויזענטער דאלארן, אבער דא זענען ווידער אקעגן געקומען די געטרייע ווארעמהארציגע שותפים ר' יוסף אליעזר מיט האחים ניישטאדט און אויסגעצאלט די קאסטן פון די גאנצע זאך, אלעס מיט'ן בלויזן ציל צו קענען ארויפברענגען א שמייכל אויף די פנימ'ער פון די ליכטיגע קינדער.

די "קריך שטאנגען" איז גאר הויעך און דערפאר האט מען איינגעשטעלט א סיסטעם אז עס איז נאר ערלויבט צו נוצן אונטער די אויפזיכט פון אן עלטערער, א שטייגער ווי א מלמד, משגיח וכדו', און פול מאל ווען דער מלמד, אדער משגיח וויל באלוינען זיינע תלמידים אדער אין סיי וועלכע אנדער ספעציעלע מאמענט געט ער זיי א געלעגנהייט אהערצוקומען און הנאה האבן פון דעם געשמאקן פלאץ פון וואס אלע קינדער זענען דאנקבאר און שטרענגען זיך אן  מצטיין זיין אין די לימודים און התנהגות כדי צו קענען נאכאמאל האבן די געלעגנהייט אהערצוקומען.





 

Comments


bottom of page