top of page

געהויבענער מעמד הדלקה געפייערט בקרב די הונדערטער חברי קהל יטב לב דסאטמאר אין בני ברק מיט גרויס התלהבות ביום ל"ג בעומר

גאר א געהויבענער יו"ט ל"ג בעומר איז אריבער אינדערהאלב די הונדערטער חברי קהל יטב לב דסאטמאר אין בני ברק וואו דער ציבור האט זיך מיטגעפריידט בהילולת התנא האלקי רשב"י.

מוצש"ק ליל ל"ג בעומר נאך הבדלה, איז זיך דער ציבור צוזאמגעקומען צום גרויסן שטח הארט נעבן דעם ביהמ"ד דקיט"ל אין צענטער פון שיכון קרית יואל, במעמד קהל רב א ריזן ציבור פון די סאטמאער קהילה מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה.

צוליב די ריבוי עם איז פאר די תלמידי הת"ת באזונדער צוגערישט געווארן הויכע-שטאקיגע פארענטשעס, אז זיי זאלן קענען מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד הדלקה.

די קאפעליע משוררים האבן אנגעהויבן מיט ווארימע ניגוני התעוררות ובקשות לרגל היום הגדול, ווי אויך זענען דאן פארגעקומען כנהוג די חאלאקעס פאר די קינדער שיחיו פון תלמידי מוסדותינו הק', ווען די רבני הקהילה זענען מכובד געווארן צו שערן די קינדער און זיי געוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך האט דער מלהיב לבבות הרה"ג רבי שניאור זלמן ווייס שליט"א משפיע רוחני אין די ישיבה גדולה משמיע געווען פלאמפייערדיגע ד"ת און ווארימע דברי התחזקות בגדולת הרשב"י וגדולת היום, נאכדעם זענען די רבני הקהילה שליט"א אינאיינעם ארויף צו די הדלקה, און מיט א אבוקה של אש אנגעצונדן דעם אש קודש, און דער גאנצע עולם איז ארויס מיט עקסטאז אין פייערדיגע ריקודין מיט התעוררות און התלהבות לכבוד התנא האלקי רשב"י.

אמר ר' עקיבא אשריכם ישראל








Comments


bottom of page