חסידי סאטמאר פרייען זיך אין די יעצטיגע טעג מיט, מיט די געהויבענע שמחה בבית צדיקים מיט די שידוך שליסן פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און נכדת מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו ב"פ שליט"א.
די שמחת התנאים איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד בית שמואל דקהל יטב לב שכונת זרע קודש קרית יואל מיט די באטייליגונג פון הונדערטער מתפללי ביהמ"ד, און מיט די השתתפות פון די געהויבענע זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען צום ביהמ"ד און זיך ווארעם באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן.
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א וועלכע האבן ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה.
דערנאך האט דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א צו ליינען די תנאים.
אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו, און הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו מעסקני השכונה, העומד מצד החתן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, העומד מצד הכלה: הרה"ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר גיסו הגה"צ ב"פ רב שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בעניני נישואין, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט א אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים.
באזונדער איז דעם דאנערשטאג אינדערפרי פארגעקומען א גרויסע מסיבות לחיים לרגל די שמחה בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער חשובער חתן לערנט, די לחיים איז פארגעקומען נאך תפילות שחרית אינאיינעם מיטן רבין אין ישיבה.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, און פאר אלע תלמידי הישיבה.
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן חתן וועלכע זיצט און הארוועדט צווישן די ווענט פון ישיבה, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נישואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן.
קול רינה וישועה באהלי צדיקים
Comments